חסידי דעעש אין ארה"ק מיטגעלעבט געהויבענעם מעמד "סיום הלכות שבת" אין אתרא קדישא מירון
זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי דעעש אין ארה"ק האבן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם מעמד סיום הלכות שבת וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון חבורת "לגיונו של מלך" וואס איז נתייסד געווארן בראשות כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק.
דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן, יום שלש עשרה מדות-מוקדם. גלייך נאך קריאת הקרבנות אין די מיטאג-שטונדן, האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין אתרא קדישא מירון, וואו מ'האט אין די מערה געדאווענט תפלת המנחה און דערנאך א לענגערע צייט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות במקום קודש הקדשים, ליד מקום מנוחתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע.
נאכדעם וואס דער ציבור איז אריבער מיט קוויטלעך ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, איז מען זיך צוזאמגעקומען אינעם גרויסן זאל אין מירון, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד סיום משנה ברורה ח"ג, הלכות שבת, און גלייך נאכ'ן סיום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים לכבוד השמחה הרוממה.
במשך דעם מעמד האט מען געהערט די דרשה פון הרה"ג רבי שמעון האלפּערין שליט"א, ראה"כ מירון, און שפעטער האט מען געהערט די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, אפצוגעבן שבח והודיה להשי"ת, מתובל מיט דברי התעוררות לקראת דעם הייליגן טאג פון יום כיפור.
נאכ'ן בענטשן איז דער ציבור דורך צו ברכת לחיים און מקבל צו זיין מתנת קודש פון דעעשער רבי'ן שליט"א. דאן איז מען ארויס אויפ'ן חצר, וואו מען האט געמאכט א גרויסן מעמד הדלקה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און מ'האט זיך אומגעקערט אהיים מיט א סל מלא ברכות ה'.




























תגובות