קרעדיט קארטל מאשינען פארן קרן עולם התורה אינסטאלירט בבתי גדולי ישראל וראשי הישיבות
- לפני 35 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי בני ברק און עמך בית ישראל וואס זענען אין די לעצטע טעג אריין למעונם פון די גדולי התורה וראשי הישיבות, זענען איבערראשט געווארן צו זען ספעציעלע קרעדיט קארטל מאשינען וועלכע זענען דארט געווארן אינסטאלירט, אלס א נייע איניציאטיוו צו מזכה זיין די פילצאליגע דופקי פתחם לטובת דעם גלאבאלן 'קרן עולם התורה', וועלכע איז געגרינדעט געווארן צו ראטעווען די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל אין די איצטיגע שווערע צייטן.
די קרעדיט קארד מאשינען זענען אינסאטאלירט געווארן אין די קארידארן ביים אריינגאנג צו די הייזער פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי שליט"א ראש ישיבת פונוביז און ביים זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א.
בשעתן אינסטאלירן די מאשינען דעם ערב שבת קודש, זענען די ראשי ישיבות ספעציעל ארויסגעקומען באטראכטן די מאשינען פון די נאנט, זיך נאכגעפרעגט וויאזוי זיי ארבעטן, און האבן אפילו דורכגעפירט די ערשטע פאקטישע נדבה כדי עקספערימענטירן די סיסטעם.
די נייע אינציאטיוו וועט ערלויבן די טויזנטער אידן וואס באלאגערן כסדר די שטיבער פון די גדולי ישראל, צו קענען נעמען א חלק און זיין א שותף אין דעם "קרן עולם התורה" וואס דינט אלס רוקנביין פארן עולם התורה אין ארץ ישראל אין די יעצטיגע שווערע תקופה.














תגובות