שריפה אויסגעבראכן אין בנין מוסדות נדבורנא אין בני ברק; אלע תלמידים ב"ה עוואקואירט אן קיין מענטשליכע שאדן
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א העלישע שריפה האט היינט מיטוואך צופרי אויסגעבראכן אינעם בנין בית המדרש הגדול נדבורנא אין קרית נדבורנא בני ברק, ביים אונטערשטן טייל פון די ריזיגע געביידע וואו עס געפונט זיך די תלמוד תורה און די ישיבה.
די שריפה האט אויסגעבראכן אין א פריע שעה קורצליך נאכן אנהייבן די לימודים, ווען די היכלי התורה זענען שוין געווען פול מיט די הונדערטער תינוקות של בית רבן און בחורי הישיבה. לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס האט זיך די פייער אנגעהויבן ביי א ברענשטאף טאנק אינעם חצר פונעם בנין.א געדעכטע רויעך האט זיך צושפרייט אינעם גאנצן ארום וואס האט אריינגעשטעלט די תלמידים אין א סכנה.
די מלמדים און צוות הישיבה האבן תיכף עוואקואירט אלע הונדערטער תלמידים פונעם בנין, און בחסדי שמים איז פארמיטן געווארן אן אומגליק רח"ל, ווען אלע קינדער און בחורים זענען ארויסגעפירט געווארן באצייטנס אומגעשעדיגט, אויסער איין יונגל וואס איז אריינגעפארן אין שפיטאל אין א לייכטן צושטאנד נאכן אריינאטעמען צופיל רויעך.
פייערלעשער וועלכע זענען תיכף אנגעקומען אויף די סצענע האבן ב"ה באוויזן צו ברענגען די פייער אונטער קאנטראל, און יעצט נאכמיטאג זענען שוין די תלמידי התלמוד תורה, בחורי הישיבה און אברכי הכוללים ממשיך די לימודים כסדרן, מיט א שבח והודאה אויף די גרויסע חסדים.











תגובות