מוסדות ראחמיסטריווקא לעיקוואד געשלאסן מקח אויף גיגאנטישע שטח פארן תלמוד תורה "זכר יוחנן ראחמיסטריווקא"
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט שטורמישע רגשי שבח והודיה האבן חסידי ראחמיסטריווקא לעיקוואד אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז נאך לאנגע חדשים הארעוואניע, דמים תרתי משמע, האט מען נארוואס באוויזן צו שליסן מקח פאר א נייעם ריזיגן שטח ורחב ידים, אויף די פראספעקט גאס אין לעיקוואד, אויף וועלכן עס וועט אי"ה אויפגעבויעט ווערן דער נייער פרעכטיגער אכסניא של תורה פארן "תלמוד תורה זכר יוחנן ראחמיסטריווקא" בנשיאות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד שליט"א.
די ראחמיסטריווקא תלמוד תורה אין לעיקוואד איז געעפנט געווארן מיט קרוב צו אכצן יאר צוריק, בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, און נאך וואס די צאל תלמידים איז שטארק געשטיגן און עס האט זיך אויסגעפעלט א אייגענע תלמוד תורה, איז מען אין די טעג אריינגעטאנצן אין דעם מוצלח'דיגע מקח.
דער נייער בנין פארשפרעכט א נייע עפאכע פון הרחבת הדעת צו אקאמאדירן דעם הערליכן וואוקס פונעם מוסד, וואס ציילט שוין כהיום קרוב צו 700 תלמידים, כן ירבו.
גלייכצייטיג האט מען שוין אויך מצליח געווען צו ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אנהייבן מיט די מאסיווע בוי-ארבעט, וואס איז געסקעדזשולט אריינצוגיין אין קראפט אין די נאנטע צוקונפט, מיט'ן ציל, בעזרת השם, צו פארענדיגן און מחנך זיין דעם נייעם בנין אום חודש אלול תשפ"ז, צום לערן יאר פון שנת תשפ"ח, בשעה טובה ומוצלחת.
דער בנין וועט געבויט ווערן אין א גרויסקייט פון איבער 80 טויזנט סקווער פיס, און וועט אנטהאלטן צענדליגער לופטיגע קלאס-צימערן, א גרויסן חדר האוכל, א הערליכן היכל בית המדרש, און א פרעכטיגן שמחה-זאל, יעדן איינציגן דעטאל אויפ'ן העכסטן סטאנדארט, פראקטיש, הערליך און באקוועם, אויסגעארבעט מיט קאפ און מח אינאיינעם מיט אויסגערופענע מומחים אין פעלד פון ארכיטעקט און דעזיין.






תגובות