מעמד קביעת מזוזה פארגעקומען אין די נייע אפיסעס פון "מיינדסעט" קאמבאנירט מיט סיום ששה סדרי משנה
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א הערליכע מעמד איז פארגעקומען אין די נייע אפטיילונג פון די "מיינדסעט לידערשיפ גראופ", וועלכע האט זיך נארוואס פארברייטערט מיטן צוהעלפן און באגלייטן נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, ישיבות, קהילות און מוסדות הקדושים מיט וויכטיגע אקטיוויטעטן און געניטע סטראטעגיעס, וואס פלעגט ביז לעצטענס אנגיין אונטערן נאמען "ציבור פרא קאנסאלטינג" פאר עטליכע יארן, און האט זיך ערווארבן א שטארקע באזע פון די גאר אנערקענסטע פון אלע שיכטן און קרייזן איבער די גארער וועלט.
דער "מעמד קביעת מזוזה און סיום ששה סדרי משנה" איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג פרשת שלח - א' דר"ח סיון העעל"ט, אין די גרעסטע אפיס געביידע אין וויליאמסבורג "די ספענסאר טאוער" ביים ווינקל פון פלאשינג און ספענסער, ווי עס געפינט זיך אויך די הויפטקוואטירן פון די "מיינדסעט" פירמע.
אינערהאלב דעם בנין מפואר – ווי עס ארבעטן הונדערטער אחב"י טאג טעגליך - געפינען זיך עטליכע מנינים מנחה יעדן טאג, ווי ביים גרעסטן מנין איז איינגעפירט צו לערנען א קורצע שיעור משניות און אמירת קדיש לע"נ די נשמות וועמען מען איז מזכיר.
דער בנין איז ארגינעל געבויעט געווארן דורכן מייסטער-בויער הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו פון קרית יואל – אייגענטומער פון "סאנשיין-בילדערס", וועלכער איז זינט דאן דער בעל אכסניא פונעם גרעסטן מנין מנחה און שיעור לימוד משניות מידי יום ביומו.
צו די באשטימטע צייט האט מען צום ערשט קובע געווען די מזוזה אויף די אפיסעס פון "מיינדסעט" אויף די 6'טע שטאק, ווי עס איז ספיציעל אריבערגעקומען הרב הגאון המפורסם רבי משה ראזענפעלד שליט"א, יו"ר הנהלת כולל שומרי החומות ודומ"ץ התאחדות הרבנים, אינאיינעם מיט די הנהלה פון כולל שומרי החומות, אלס הכרת הטוב פארן גרינגער פון די "מיינדסעט" פירמע הרה"ח ר' מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו, וועלכע איז פון די געטרייע גבאי הכולל, בנוסף צו זיינע פילע לייסטונגען און אייגנארטיגע סטראטעגיעס מיט וואס ער באגלייט די הנהלת הכולל במשך דעם גאנצן יאר.
תיכף נאכן מעמד קביעת מזוזה, איז פארגעקומען דער סיום ששה סדרי משנה לע"נ דער אומפארגעסליכער פאטער פון מו"ה ר' זושא הי"ו, ה"ה יבלחט"א הרה"ג המפורסם רבי ברוך יודא ז"ל, אב"ד טשאבא, ווען ביים טיש זיצן די חשוב'ע משתתפים און וואונטשן זיך לחיים צום געהויבענעם סיום, וואס איז טיילווייז געלערנט געווארן אינאיינעם ברוב עם הדרת מלך בציבור.
דערנאך האבן זיך די באטייליגטע צוגעהערט צו די ווארימע ווערטער פונעם חשוב'ן דיין שליט"א, וועלכע האט ארומגערעדט לכבוד המאורה, און מיט זיין קענטליכע חן ארויסגעברענגט וויפיל שווערע געלטער עס גייט ארויס פון אזא בנין מפואר יאר-יערליך, און געבעטן אנצוהאלטן דעם שיינעם מנהג פון ארומגיין מיט די פושקא'ס ביי די מנינים מנחה און מעריב אויף א טאג טעגליכע פארנעם.
די ווארימע ווערטער פון דיין שליט"א האט עושה רושם געווען און דער ציבור איז זיך צוגאנגען אין א געהויבענעם שטימונג, און געוואונטשן ברכה והצלחה פאר די "מיינדסטעס" פירערשאפט און שטאב מיטגלידער, אז זיי זאלן אלע זוכה זיין צו קענען ווייטער אנגיין און באגלייטן די אומצאליגע צדקה וחסד אפעראטן וואס איז אזוי וויכטיג פאר כלל שיראל, און אז בזכות דעם זאל מען זוכה זיין צו ביאגוא"צ בב"א.
אלקא דמאיר עננו.










