top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פלייץ פון שמחה וחדוה ביי אלכסנדר חסידים צום מעמד הנחת אבן הפינה פארן מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי אלכנסדר ציילן שוין די טעג צו די היסטארישע און זעלטענע מעמד חגיגת הנחת אבן הפינה, פאר די נייע פראכטפולע מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר, וואס ווערט געבויעט מיט פיל פראכט אין צענטער פון שטאט בני ברק, ביים אחיעזר גאס.


מיט איבער א האלבע יאר צוריק האט מען אנגעהויבן די פאקטישע ארבעט אנצוגרייטן דעם באדן פונעם אלטן ביהמ"ד פאר די בוי פראיעקט, און דורכאויס די לעצטע פאר חדשים נאכן צעווארפן דעם ביהמ"ד, סותר על מנת לבנות, האט מען ארויסגעגראבן און ארויסגעפירט הונדערטער טאן זאמד, און אראפגעגראבן גאנצע צוואנציג מעטער, וואס קומט אויס עטליכע שטאק אונטער די ערד, וואו מען גרייט זיך שוין אצינד אנצוהייבן בויען דעם גיגאנטישן בנין וואס וועט זיין א כלילת יופי מבית ומבחוץ. דער בנין וועט פארמאגן אכט שטאק, א ריזן היכל בית המדרש אין גרויסקייט פון פינף טויזענט סקווער פיס, א גרויסע היכל הטישן, א פראכטפולע מקוה און שטיבלעך, און א הערליכע דירה פארן רבי'ן שליט"א.


דורכאויס די לעצטע יאר איז כ''ק האדמו''ר מאלכסנדר שליט"א ארומגעפארן די וועלט מיטן ציל צו שאפן אסטראנאמישע סכומים לטובת דעם פראיעקט, אין וועלכן חסידי אלכסנדר פון אלע מקומות האבן זיך אנגעשלאסן בכל מאודם, און אצינד איז באשטימט געווארן אז קומענדיגע מאנטאג מטות מסעי, וועט געפייערט ווערן די גרויסארטיגע חגיגה הנחת אבן הפינה, ווען דער רבי שליט"א וועט גיסן דעם אבן הפינה לקול תרועת שמחת אנשי שלומו, חסידי ומעריצי אלכסנדר.


אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, איבערהויפט צו באקומען די נויטיגע פערמיטן אפצורעכטן די גרויסע מעמד, וואס אריינצוגיין אין א קאנסטרוקציע זאנע ברויך מען א באזונדערע פערמיט ווי פארשטענדליך.



bottom of page