אבן מאסו הבונים: מעמד אדיר "הנחת אבן הפינה" פאר בנין ביהמ"ד הגדול דק"ק באבוב 45 אין לאנדאן
- לפני 23 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום,
מיט רגשי גילה ושמחה און אומבאשרייבליכע עקסטאז האבן חסידי באבוב-45 אין לאנדאן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן און געהויבענעם מעמד "הנחת אבן הפנה" פארן נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דחסידי באבוב-45, וואס ווערט אין די טעג אויפגעבויט אין צענטער פון שטאט, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פערזענליך פון ניו יארק מפאר צו זיין בראש השמחה.
די קהלה הקדושה באבוב 45 אין לאנדאן, וואס דינט שוין יארן לאנג אלס א הערליכער מבצר התורה והחסידות תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, איז שוין לאנג אויסגעוואקסן דעם אלטן בנין, ווען דער לחץ זו הדחק האט זיך געשפירט אויף טריט און שריט צוליב דעם גרויסן בליה און וואוקס פון די חברי הקהלה זקנים עם נערים.
צוליב דעם זענען די געטרייע עסקנים און חברי וועד קרן הבנין, אין שפיץ פון הנגיד ר' חיים שלמה גאלדמאן הי"ו, אריינגעשפרונגען אין דעם גיגאנטישן אונטערנעמונג אפצוקויפן דעם שטח אויף די קלעפטאן-קאמאן גאס ביים ווינקל פון ברעידן-ראוד, כדי אויפצושטעלן א "בית גדול וקדוש" וואס זאל זיין א כלילת יופי מבית ומבחוץ, מיט א גיגאנטישן היכל ביהמ"ד פון אריבער 4,000 סקווער פוס, רחבות'דיגע חדרי תורה ותפילה, א פראכטפולע מקוה, און א שמחה-זאל פאר די תושבי העיר.
דער היסטארישער מעמד איז פארגעקומען דאנערשטאג נאכמיטאג אויפן גרויסן שטח הבני' וואס איז שוין געווען אויסגעגראבן ביזן מאקסימאלן טיפקייט, גרייט פארן גיסן די יסודות. ביים ערשיינונג פון רבי'ן האט דער עולם אויסגעבראכן אין פייערליכע געזאנגען מיטן ניגון "ברוך הבא בשם ה'", באגלייט דורך א קאפעליע בעלי מנגנים וואס האבן מהנה געווען דורכאויס די מעמד מיט ניגוני התעוררות און פרייליכע ריקודין, דער רבי שליט"א האט זיך געזעצט אויפן הויכן צוויי-שטאקיגן אויבנאן וואו עס האבן באשיינט פילע רבנים גאו"צ ואדמור"י העיר.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער געטרייער גבאי הביהמ"ד הרה"ח ר' חיים יקותיאל רייכבערג הי"ו, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם כל קהלא קדישא. דאן האבן אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע דרשות הגה"צ רבי יוסף פאדאווא שליט"א ראש דייני התאחדות קהילות החרדים, און הרה"צ הישיש ר' לייבל סטעמפל שליט"א, אן אייניקל פונעם הייליגן "קדושת ציון" מבאבוב זי"ע, וואס האט מיט גרויס התרגשות געשילדערט לעבעדיגע עובדות וזכרונות מבית באבוב, ארויסברענגנדיג זיין נאנטע שייכות מיט שאר בשרו הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע. רבי לייבל האט מיט גרויס באגייסטערונג ארומגערעט בשבח הקהלה הקדושה אין לאנדאן, וואס בליהט און וואקסט תחת נשיאותו פונעם רבי'ן שליט"א, און אויסגעדרוקט זיין אומבאשרייבליכע שמחה צו זען ווי מען לייגט דעם גרונדשטיין פאר א פרישן מבצר התורה והחסידות וואס וועט פאראייביגן דעם נאמען פון די הייליגע באבובע רבי'ס.
תיכף נאכדעם האט מען געהערט דברי ברכה פונעם רבי'נס זון, הרה"צ רבי שלום אונגער שליט"א העומד בראש הקהילה והמוסדות אין לאנדאן, וועלכער האט מחזק געווען דעם ציבור מיט ווארעמע דיבורים לכבוד המאורע.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען די צעטראלער דברות קודש, דער רבי האט צום ערשט באגריסט די פילע רבנים וואס זענען געקומען מפאר זיין בראש השמחה, און באזונדער דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א. מיט א קול מלא רגש האט דער רבי אפגעגעבן א שבח והודאה צום אויבערשטן צו דערלעבן דעם דאזיגן פרייליכן מאמענט, באטאנענדיג אז מען בויט דא א "בית גדול לאהבת תורה ויראת שמים" לויטן אויסגעטרעטענעם וועג פון די צדיקי בית באבוב. דער רבי האט מאריך געווען בשבחו פון זיין גרויסן שווער הרה"ק מבאבוב זי"ע, וועלכער איז געווען דער בונה ומקים פון די מוסדות הקדושים נאכן חורבן, און ארמגערעט ווי מען זעט ווי זיין הייליגע דרך ווערט ווייטער נמשך בגאון ובעוז בפרט אין לאנדאן הבירה דורך א ציבור מסלתה ומשמנה.
דער רבי האט מרחיב געווען בדברי תורה ודרוש איבער עניני קדושת בית הכנסת און דערמאנט מיט גרויס הערצה די זכות פונעם "שם הבנין" וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך הגה"צ רבי יחזקאל שלאף שליט"א אב"ד ביאלאווע, לעילוי נשמת אביו הרה"ח ר' נחום שלאף ז"ל. דער רבי האט מסיים געווען מיט ווארעמע ברכות אז דער בנין זאל אויפגעבויט ווערן שנעל און גרינג מיט גרויס סייעתא דשמיא.
א סקרון איז דורך אין די ביינער ביים ריזן ציבור ווען דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען גיסן די אבן הפינה, דער רבי האט געגאסן דעם צעמענט און אריינגעלייגט מטבעות און פארשידענע היסטארישע אבני קודש אין די יסודות הבנין, בשעת דער גאנצער עולם זינגט מיט א הארציגע התעוררות ניגוני דביקות, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א צו גיסן צעמענט, און תיכף דערנאך האבן די בעלי מנגנים אויסגעבראכן אין ניגוני שמחה וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין פייערליכע ריקודים. א באזונדערע זכיה האבן געהאט די נדיבי עם און בוני הבנין וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן פערזענליך. נאכן מעמד איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט פייערליכע געזאנגען.





























































