חסידי סאטמאר תושבי מאנטריאל אונטערן רושם פון קורצע ביקור המרומם פון האד' מסאטמאר | ברייטע דעקונג
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 8 דקות
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

א יו"ט'דיגע שטימונג האט די וואך געהערשט צווישן עדת חסידי סאטמאר אין מאנטרעאל, במשך די ימי הביקור פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז געקומען צו פארן אויף א באזוך בקרב עדת תלמידיו וחסידיו תושבי העיר.
ווי שוין באריכטעט איז דער רבי שליט"א געקומען צו פארן קיין מאנטרעאל לרגל דעם גמר המקח פון דעם נייעם גיגאנטשין בנין פאר די סאטמארער תלמוד תורה אין די שטאט, ווען דערביי האט מען די זכי' מקבל צו זיין חיזוק והדרכה וואס דער רבי שליט"א איז משפיע פאר'ן גאנצן ציבור.
די וואך מאנטאג, אדר"ח תמוז אינדערפרי, האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפלת שחרית אין היכל הישיבה גדולה דקרית יואל "סניף דברי יואל" און ביי די הויכע שמנה עשרה, ווען דער רבי שליט"א איז זיך נוהג כמנהג אביו לובש צו זיין תפילין דרבינו תם ביי חזרת הש"ץ, האבן די תלמידים געהאט די ערשטמאליגע געלעגנהייט מיטצוהאלטן ווי דער רבי שליט"א טוט אן די הייליגע תפילין מירושת אבותיו הק' פון זקינו הגה"ק בעל קדושת יום טוב מסיגוט זי"ע.
נאכן דאווענען האבן די בחורים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, און א קורצע צייט דערויף האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש, ווערנדיג באגלייט דורך פילע אברכים ובחורי חמד וואס האבן געזינגן ניגוני שמחה.
אין די נאכמיטאג שטונדן האט דער פליגער פון רבי'ן שליט"א זיך געהויבן פון סטוארט לופטפעלד, און נאך אומגעפער א שעה-וועג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אין קאנאדא, וואו עס האט אין לופטפעלד אפגעווארט א גרויסער ציבור חסידי סאטמאר, ראשי ופני הקהלה, רבנים ומרביצי תורה שליט"א, וועלכע האבן שלום-גענומען פון רבי'ן שליט"א מיט גרויס התרגשות.
פון לופטפעלד איז דער רבי שליט"א גלייך צוגעפארן קיין "קרית טאהש", אנקומענדיג איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון הרבני החסיד ר' מרדכי ווידער הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די חשוב'ע תושבי העיר יוצאי ישיבת סאטמאר וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס התרגשות. באזונדער האבן זיך אנגעזען די רבנים הגאונים, הגה"צ רבי יואל צבי מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש ובמח"ס בית נאמן בישראל, כ"ק אדמו"ר מספינקא-שליט"א וראה"כ טאהש און נאך.
עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי שליט"א האט מיט הנאה געהערט ווי דער ציבור תלמידים יוצאי הישיבה האלטן זיך צוזאמען, ביים מיטהאלטן די לימודים פון די סאטמארער חבורות און נאך, אונטער די הדרכה און חיזוק פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א.
דער רבי שליט"א האט דערביי מחזק געווען דעם ציבור, און משמיע געווען דברות קודש בדברי חיזוק ברכה.
דאן האט דער בעל אכסניא ר' מרדכי הי"ו אונטערגעשריבן דעם שטר אפצוקויפן א זכות אין דעם נייעם בנין התלמוד תורה, ווי אויך זענען אונטערגעשריבן געווארן די שטרות פון נאך קוני הזכותים אין דעם נייעם בנין.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און עס האט זיך אנטוויקלט א ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים וואס האט זיך פארצויגן אויף לאנג.
דער טאהשער רבי שליט"א האט אנגעגאסן כיבוד, און נאכן זיך וואונטשן ברכות לרוב האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס כבוד ונפרדו לשלום.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבערגעפארן קיין מאנטרעאל, ווא דער רבי איז גלייך צוגעפארן אויף א באזוך ביי גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר-מאנטרעאל שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א לענגערער שמועס בדברי תורה וחסידות, און דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם שיינעם בליה און וואוקס פון די קהלה און מוסדות אין די שטאט.
נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט שואל געווען בשלום אחותו הרבנית הצ' מסאטמאר-מאנטרעאל תליט"א, האט דער רב שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צום היכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר וואו עס זענען געווען פארזאמלט די נאנט צו הונדערט לומדים אינעם סאטמארער כולל, וועלכע האבן געהאט די זכי' צו זיין די ערשטע מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א. דערביי האבן זיך אויך אנגעזען פילצאליגע חסידים, זקנים עם נערים וואס האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס התרגשות.
נאכן זינגן ניגוני שמחה ודביקות, האט דער ראה"כ הרה"ג רבי יודל שטערן שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם די לומדי הכולל, און דערביי איבערגעגעבן א גריס פון די הצלחה'דיגע לימודים, אויף וואס דער רבי שליט"א פלעגט זיך כסדר נאכפרעגן, ווי מען הערט כסדר צוריק דעם קורת רוח וואס דער רבי שליט"א געניסט פון די גריסן וואס קומט אן פון דעם שיינעם מקום תורה.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור דורך כבני מרון שלום-צו נעמען פון רבי'ן שליט"א, וביניהם האבן זיך אנגעזען די רבני העיר שליט"א, צווישן זיי הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא-מאנטרעאל וראב"ד סקווירא, און דעם רבי'נס חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד"ק ראשית חכמה.
נאך א קורצן אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראשי הקהילה, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בבית הרבני הנגיד ר' מרדכי קאהן הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר מאנטריאל וועלכער האט מנדב געווען א סכום עצום פאר'ן נייעם בנין פון די סאטמארער תלמוד תורה.
עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א לענגערער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און בין השיחים האט דער רבי שליט"א פארהערט די יונגע אייניקלעך פון ר' מרדכי הי"ו.
דאן איז דער רבי שליט"א אריין אין א זייטיגן צימער, וואו דער בעל אכסניא ר' מרדכי הי"ו מיט די בני משפחה זענען אריין זיך געזעגענען.
שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען בבית הנגיד ר' אברהם הערש פריעד הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר, וועלכער האט אפגעקויפט דעם זכות פון א כתה אין די תלמוד תורה.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו מראה"ק סאטמאר-מאנטרעאל, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן דער רייכער באנקעט לטובת דעם נייעם בנין התלמוד תורה, און דערביי האבן זיך פארזאמלט די חשוב'ע נדיבים, בעלי בתים ואברכים מבני הקהלה, וועלכע האבן זיך אונטערגענומען גרעסערע סכומים פון ח"י אלפים און העכער לטובת דעם נייעם בנין התלמוד תורה.
במשך די גאנצע צייט איז דער רבי שליט"א געזיצן במאור פניו, זעענדיג דעם שיינעם ציבור פון אזויפיל חשוב'ע נדיבים וואס זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן אזעלכע שיינע סכומים פאר דער הרחבת גבולי הקדושה אין די שטאט. דערביי האט דער רבי שליט"א זיך פאראינטערעסירט ביים רוח החיים פון די קהלה און מוסדות הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו איבער דעם בליה און וואוקס פון די תלמוד תורה, און געקוואלן פאר נחת צו באקומען דעם נאנטן גריס פון ווי שיין די תלמוד תורה אנטוויקלט זיך לשם ולתפארת.
נאכדעם וואס מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות האבן די פארזאמלטע געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען איבער דעם געוואלדיגן זכות צו נעמען א חלק בהחזקת התורה בהבל פיהם של תשב"ר שאין בהם חטא, וואס איז משפיע אלע השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, און די תומכים ומחזיקים וועלן זיכער געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב.
דערביי האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די גוטע גריסן וואס קומט אן כסדר פון דעם בליה און וואוקס פון די קהלה און מוסדות, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די נדיבים בעם, צו ווערן געבענטשט בברכת התורה בזכות החזקת התורה.
גאר התרגשות'דיג איז געווען דערנאך, ווען די חשוב'ע נדיבים זענען איינציגווייז צוגעקומען צום רבי'ן שליט"א אונטערצושרייבן די "שטרות" פון די סכומים וואס מען נעמט זיך אונטער לטובת דעם נייעם בנין. דער רבי שליט"א האט עקסטער גע'חתמ'ט יעדן שטר, און געוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדן פון די נדבנים באזונדער.
דער מעמד האט אפגעצייכנט א קאלאסאלער סוקסעס, און האט געברענגט צום אויסדרוק דעם גרייט פון די חשוב'ע נדיבים וואס זענען קעגנגעקומען די געטרייע חברי הנהלת המוסדות, ביים צענטראלער מגבית "נחלתינו" וואס איז פראקלאמירט געווארן לטובת דעם בנין התלמוד תורה, ווען דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט דעם שטארקן התפעלות וואס איז אים געווען ביים זיך טרעפן פערזענליך מיט אזויפיל חשוב'ע נדבנים מיט אזעלכע שיינע סכומים.
אין די שפעטערע שעות איז געווען באשטימט פאר "זמני כניסה" בבית האכסניא, וועלכע איז געווען פול געפאקט פונעם ריזיגן ציבור חסידי סאטמאר און אנדערע תושבי העיר, וואס זענען געקומען אריינכאפן מברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א בזמן שהצדיק בעיר, און דער רבי שליט"א האט יעדן מאציל געווען מברכותיו, איש איש כברכתו ברך אתם, וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט נאך חצות הלילה.
דינסטאג אינדערפרי ב' דר"ח האט דער ביהמ"ד הגדול דסאטמאר געווירבלט מיט דעם גרויסן ציבור חסידי סאטמאר וואס האט זיך געגרייט מיט אן הכנה דרבה צום געהויבענעם תפלת שחרית צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א.
באזונדער האבן זיך אנגעזען די תלמידים, בחורי חמד פון די סאטמארער ישיבה און תלמידי התלמוד תורה פון די עלטערע כתות אין די תלמוד תורה, וואס האבן זיך געגרייט צום דאווענען מיט א פעסטן סדר הלימוד בהיכל ביהמ"ד הגדול, ביי וועלכן דער קול תורה האט אפגעדינדערט ביז ווייט.
אינמיטן דעם סדר הלימוד איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד, און האט זיך ארומגעדרייט צווישן די חבורות הלימוד, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט געשאפט הויפנס מיט נחת פון די פרי קודש גידולים, ובפרט ווען דער רבי שליט"א האט ביי עטליכע חברותא'ס זיך אפגעשטעלט פארהערן די תלמידים וואס האבן משיב געווען בטוב טעם ודעת.
דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית, און דער קול תפלה פון די טייערע תלמידים צוזאמען מיט די פילצאליגע חסידי סאטמאר מיטן גאנצן חסיד'ישן ברען האט אפגעהילכט בקול גדול וחזק.
צו אמירת ההלל האט מען געהאט די זכי' אז דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה, און א יו"ט'דיגע שטימונג האט געהערשט אין ביהמ"ד, בעת דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט די פרקי ההלל מיט גרויס התרגשות, מיט'ן נעימות'דיגן יו"ט'דיגן נוסח, ובפרט ביים אנהייבן און זינגן די ניגוני התעוררות וואס האט געגעבן צו שפירן דעם טעם פון די געהויבענע ימים טובים בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א.
גלייך נאכן דאווענען איז דער היכל הביהמ"ד געווארן ספעציעל אויסגעשטעלט צום גרויסן מסיבת לחיים וקבלת פנים דורך די ילדי תשב"ר תלמידי המוסדות.
די קינדער אונטערן אויפזיכט פון די חשוב'ע מלמדים וכלי קודש האבן געזינגן ווארעמע ניגונים, און עס האט מקדם בברכה געווען הרה"ג רבי אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בק"ק סאטמאר וחבר הנהלה רוחני פון די תלמוד תורה, וועלכער האט ארויסגעברענגט פאר די קינדער די זכי' וואס זיי גייען האבן צו הערן די פערזענליכע דברי הדרכה פון רבי'ן שליט"א.
דער רבי שליט"א האט געטרונקן לחיים, און דאן משמיע געווען דברות קודש ספעציעל פאר די תשב"ר, זיך צו פירן ווי עס פאסט זיך פאר א סאטמארער תלמיד, מיט אן ערליכע און אפגעהיטענע הנהגה אויף טריט און שריט, זייענדיג מסיים בברכת קדשו פאר די תלמידים און כלי קודש.
נאכדעם וואס די קינדער האבן ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף די אונטערשטע שטאק פונעם בנין הביהמ"ד, אינעם נייעם פראכטפולער איבערגעבויטער "היכל התורה" וואו עס זענען געווען פארזאמלט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, גרייט צו הערן און מקבל צו זיין הדרכת וברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.
די בחורים האבן געזינגען ניגוני שמחה, און מ'האט געהערט די דברי פי חכם חן פון הרה"ג רבי יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בק"ק סאטמאר ומגי"ש בישיבה קטנה דסאטמאר, וועלכער האט ארויסגעברענגט וואס מבשרי אחזה וואס ער האלט מיט די שטארקע השפעה של קדושה וואס עס לאזט איבער אויף די תלמידים די געהויבענע ימים טובים און אנדערע זמנים מיוחדים וואס זיי לעבן מיט בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א, און אצינד האט מען די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן שליט"א, צו הערן די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א.
דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, מלא וגדוש מיט וויכטיגע הדרכות וואס איז נוגע פאר די בחורים אין די ימי הבחרות, אויסצונוצן דעם זמן אויף התמדת התורה, צו שטייגן דרגות רמות מיט יראת שמים און מדות טובות. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע בחורים און מרביצי תורה שליט"א.
נאכן ווערן ארויסבאגלייט בשירה וזמרה, איז דער רבי שליט"א ערשינען בבית האכסניא, פון וואו דער רבי שליט"א איז שפעטער אריבער מפאר זיין בראש ביים גרויסן מעמד "חומש סעודה" פון די תלמידי כתה א' פון די הייליגע תלמוד תורה, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט אפגעשטאט דעם ערשטמאליגן באזוך אין דעם נייעם פראכטפולער בנין התלמוד תורה "בנין יושע וברכה ניישטאדט".





























































































































































































































































































































































