top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחיל אל חיל: מעמד קנין זכותים צו 3.5 מיליאן דאלער נדבה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו פאר מוסדות סאטמאר קרית יואל

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן א זעלטענער "מעמד לחיים וקנין זכותים" בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו א היסטארישער דאפעלטער נדבה עצומה לטובת מוסדות סאטמאר קרית יואל, ביי וועלכן דער שר הנדיבים בחצר הקודש סאטמאר, הנגיד רבי ליפא פריעדמאן הי"ו, וואס האט שוין געלאזט בויען מעכטיגע בנינים איינס נאך'ן אנדערן פאר ממלכת סאטמאר, האט אצינד געשאנקן א פרישע נדבה עצומה פאר'ן גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע "בנין יואל לאנדא" ההולכת ונבנית אין שטאט קרית יואל, לכבודו פון זיין נאנטן ידיד, דער פילאנטראפ ותומך תורה הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א, דער נדיב שם הבנין.


בשכר נדבתו האט ר' ליפא אפגעקויפט דעם "זכות היכל חדר האוכל" אינעם בנין החדש, לשמו ולזכותו פון אביו הדגול, דער לעגענדארער סאטמארער משמש בקודש, הרבני החסיד רבי משה פריעדמאן שליט"א, ויקרא על שמו ולזכותו "היכל משה פריעדמאן משב"ק"  צו פאראייביגן זיין העלדישער מסירת נפש פארן סאטמארער אימפעריע.


אין דער זעלבער צייט, באותו מעמד, האט דער נדיב געשאנקן נאך א פאנטאסטישע נדבה פאר די מוסדות אין קרית יואל, אפצוקויפן דעם זכות נצחי, פונעם ריזיגן שטח המוסדות אויף לארקין דרייוו, וואו העכער 2,000 קינדער ווערן נתחנך בדרך ישראל סבא, וואס וועט מהיום והלאה גערופן ווערן "שיכון משה פריעדמאן משב"ק — MOSHE GABBA DRIVE".


ביי די מסיבת לחיים בקודש פנימה איז דער גאנצער סכום פון 3.5 מיליאן דאלער אראפגעלייגט געווארן על שלחן מלכים, צום באלדיגן באנוץ פון די מוסדות הקדושים.


לידיו פון רבי'ן האבן באשיינט דער התרגשות'דיגע מעמד, בניו, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, דער טאטע פונעם נדיב, החסיד רבי משה פריעדמאן שליט"א משב"ק, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט זיינע הארציגע דיבורים לכבוד המאורע; דער נדיב ר' יואל לאנדא הי"ו, פטרון הבנין האדיר, אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות אין קרית יואל, אין שפיץ פון הנגיד החסיד ר' מענדל שוויממער שליט"א, ראש הקהל סאטמאר קרית יואל, ויו"ח הנדיבים.


באזונדער האט אויפגעטרעטן מיט א ווארעמע דרשה דער געטרייער מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו, ברגשי שבח ותהלה, און מען האט געהערט די קורצע דברות וברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר די נדבות האדירות וואס ר' ליפא האט זיך געלאזט קאסטן אין די לעצטערע יארן, ועכשיו ביותר, וואס דאס איז אין צוגאב צו זיין אומאויפהערליכע פעולות לכל קדשי בית סאטמאר, און געוואונטשן דעם נדיב ובונה ומקים רבי ליפא הי"ו, מיט ברכות לרוב, אז די אלע זכותים זאלן אים ביישטיין וילך מחיל אל חיל! 



bottom of page