מערבין שמחה בשמחה: חנוכת הבנינים פון מוסדות סקווירא מאנטריאל געפייערט ביי שבע ברכות אין רבינס הויף
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער
חסידי סקווירא פון מאנטריאל, און איבערהויפט די תומכים און ידידים פון די ארטיגע מוסדות, האבן פאריגע וואך זונטאג מיטגעהאלטן א היסטארישע און דערהויבענע מעמד, ווען עס איז געפראוועט געווארן די לאנג ערווארטעטע חנוכת הבנינים פאר פרישע בנינים אדירים וועלכע דינען אלס אכסניא של תורה פאר די סקווירא מוסדות אין מאנטריאל. די מעמד איז געפראוועט געווארן בשמחה ובחדוה בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי, מריחוק מקום וקירוב הלבבות, קאמבאנירט מיט די שבע ברכות לרגל די שמחה במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
צו די מעמד זענען געקומען צו פארן א גרויסער ציבור חסידי סקווירא תושבי מאנטריאל און די נדיבי לב וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר די הקמת בניני המוסדות. די עטרת טשארנא זאל איז געווען אויסגעשטעלט אויף א פראכטפולן פארנעם דורך די "טריפל בי פראדאקשאן" פירמע, אונטער די פירערשאפט פון דער איש המעש, הרה"ח ר' יעקב יוסף בערגער מחשובי חסידי סקווירא, און ביים אריינגאנג איז געווען אויסגעפארעמט מייסטערהאפטיגע קונסטווערק מיניאטורן פון די נייע בניני המוסדות.
ביים אנהייב שבע ברכות האט די סקווירא קאפעליע געזונגען א רייע מחרוזות פון ניגונים און מארשן, דער בדחן ר' נחמן ליווי הי"ו האט משמח געווען לכבוד שמחת חתן וכלה און דער טאלאנטפולער גראמער ר' מרדכי אילאוויטש האט מיט הערליכע גראמען געשילדערט די השתלשלות פון קהילה קדושה סקווירא אין מאנטריאל פון ווען מען האט איינגעזייט די ערשטע קערנדליך פאר איבער פופציג יאר צוריק בימי הרה"ק מסקווירא זיע"א און ביז'ן היינטיגן טאג ווען די קהילה איז הולך וגדול מיט א געוואלדיגע הצלחה.
צווישן די דרשות איז דער זיידע הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א ארומגעגאנגען ביי אלע טישן און באגריסט די משתתפי המעמד.
ארום פינף אזייגער האט מען זוכה געווען אז דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד, קורצליך נאכן אויפשטיין פון די שבעה על פטירת אחותו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה און דער לאנגיעריגער עסקן הקהילה, וועלכע האט געדינט אלס טשעירמאן פונעם מעמד, ר' יוסף מאיר זילבערמאן, דער יושב ראש ראש וועד קרן הבנין, האט מקבל געווען פני קדשו פון רבי'ן שליט"א און מאריך געווען איבער די קורות דברי הימים פון די סקווירא קהילה אין שטאט מאנטריאל די לעצטע פופציג יאר, און גערעדט בשבח אלע עסקנים, און די מנהלים, מגידי שיעורים, און משפיעים אין די מוסדות התורה.
מ'האט דאן געזינגען א ניגון הכנה, איידער דער רבי שליט"א האט משמיע געווען שיחת קודש, אנהייבענדיג אז עס איז היינט א יום שמחה פון די חנוכת הבית אין די בנינים וואס מ'לייגט אריין אזויפיל תורה ויראת שמים, און אז די התחדשות אין גשמיות זאל ברענגען א התחדשות אין רוחניות אין אלע ענינים, חיזוק אין תורה און תפילה, יראת שמים, התקשרות לצדיקים און אזוי ווייטער און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען מכבד געווען דעם לאנגיאריגן מאנטריאלער דיין, הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, וואס האט איבערגעגעבן דברי ברכה לכבוד המאורע, און ארומגערעדט בשבח הקהילה און די נדיבי עם וואס אדאנק זיי האט מען געקענט דורכפירן די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אונטערנעמונגען. אזוי אויך האבן גערעדט צוויי נגידים מפורסמים פון שטאט מאנטריאל, הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו און הנגיד ר' מיכל ראזענבערג ראש הקהל צאנז, וואס האבן נאכן רעדן באקומען פון רבי'ן שליט"א א בעכער מיט כוס של ברכה אלס אנערקענונג פאר זייערע שטענידגע שטיצע לטובת די מוסדות. אויך האט גערעדט ר' אברהם יוסף לאבערטאווסקי פון די עסקנים און נדיבי הקהילה.
דערנאך האט מען אויסגערופן נאך עטליכע נגידים וואס האבן באקומען א מתנת קודש פונעם רבי'ן שליט"א. דער דיין הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א איז מכובד געווארן מיט בענטשן, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות.נאך א קורצע ריקוד האט דער רבי שליט"א זיך אוועקגעזעצט, און דערנאך האט מען געזונגען די ניגון "תפילה לעני". דער רבי שליט"א האט דאן געזאגט עטליכע מזמורי תהלים, אין די ירושה תהילים פון ר' שאול וואל וואס דער רבי נעמט ארויס ארויס מבית גנזיו בלויז ביי מעמדי חנוכת הבית.
דערנאך האט ר' יוסף פעלדמאן מנהל המוסודת פון ירושלים געמאכט א סיום הש"ס אין די משניות וואס איז געלערנט געווארן לעילוי נשמת זיין טאטע, הרה"ח ר' יעקב ז"ל, וואס איז דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה אין די סקווירא קהילה אין מאנטריאל, און נאכדעם האט ער געזאגט די לאנגע קדיש.
צום שלוס איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן לחיים און דער רבי האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פניו. א הערליכע קונטרס איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים, אלס מזכרת ווי עס איז באשריבן אלע דעם רבינ'ס אריבער 20 ביקורי קודש אין שטאט מאנטריאל אין לויף פון די יארן.



































































