top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע תלמוד תורה דחסידי צאנז אין לאנדאן וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי צאנז תושבי לאנדאן, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה 'דרכי אבות' דחסידי צאנז אין לאנדאן.


קהילת צאנז אין לאנדאן באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס פאר אן אייגענעם ווינקל אויפצוציען זייער קינדער די ילדי חמד היקרים על דרך הסלולה, און אצינד איז געקומען די גליקליכע מינוט פון הרחבת גבולי הקדושה, מיט די עפענונג פון די נייע תלמוד תורה זייענדיג די ערשטע צאנזער מוסד על אדמת אייראפע.


אין די יעצטיגער טעג האבן די עסקנים בהדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ממנה געווען א וועד הנהלה רוחני, וואס וועלן נושא זיין בעול המוסדות, און עס ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה פאר די עלטערן איבער די הרשמה פארן נייעם תלמוד תורה, וואו די קינדער וועלן נתחנך ווערן לתורה ויראת שמים, תחת נשיאותו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א.

תגובות


bottom of page