top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזה ופתיחת שערים פון נייע ביהמ"ד "אמרי סופר" ערלוי אין רמה ד' בית שמש

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. איזנבאך

חסידי ערלוי האבן פאריגע וואך געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש המפואר "אמרי סופר" ערלוי אין די רמה ד' געגענט, וועלכע איז באנייט געווארן אלס א הערליכע צענטער לתורה ותפילה, בדרך המסורה לצדיקי הסופרים.


די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האט זיך ספעציעל מטריח געווען און אנגעקומען בשערי העיר צו באשיינען די מאורע. ביים אנקומען צום נייעם בית המדרש אויף די שדרות האמוראים גאס, האט דער רבי צוערשט קובע געווען די מזוזה ביים טיר פון ביהמ"ד. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען זיין ברודער הגה"צ ראש ישיבת ערלוי שליט"א צו קובע זיין א מזוזה, און דערנאך הנגיד רבי שמשון פישער  הי"ו וואס די היכל הביהמ"ד בית יעקב שלום איז נתנדב געווארן לעילוי נשמת אביו הנגיד רבי יעקב שלום פישער ז"ל ראש וראשון לכל קדשי בית ערלוי, נאך די קביעת מזוזות האט מען געדאווענט די ערשטע תפילת מעריב אינעם נייעם היכל.


נאך מעריב האט זיך דער רבי אראפגעזעצט צו א מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה, דער רבי שליט"א האט געטרונקען לחיים, אנגעוואונטשן דעם גאנצן עולם, און משמיע געווען דברות קודש איבער די חשיבות פון דעם נייעם מקום תורה ותפילה, און בענין כבוד וקדושת בית המדרש. דערנאך האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אהרן ארי' כץ שליט"א רב בית המדרש בראד און הרה"צ רבי הערשל וואגשאהל שליט"א משפיע בחצר הקודש ערלוי. אינצווישן די דרשות האט דער רבי געשאנקן ווערדפולע מתנות פאר די עסקנים וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו ברענגען דעם פראיעקט לידי גמר.


ביים מעמד האט זיך אנגעזען די השתתפות פון חשוב'ע אדמורי"ם און רבני העיר צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, הגה"צ רבי אברהם חיים חשין אדמו"ר מקאשוי, האדמו"ר מקאסוב בית שמש, הגה"צ אב"ד סערעדאהעלי בית שמש שליט"א, הגה"צ רבי חיים לייב רובינשטיין שליט"א רב שכונת רמה ד', הגאון רבי יעקב מאיר שפירא שליט"א רב שכונת רמה ד' 4, און נאך.



bottom of page