top of page
ברוך הטוב והמטיב: האד' מתולדות אברהם יצחק באפרייט פון שפיטאל לביתו נאוה קודש
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש על בשורות הטובות אומר ברוך הטוב והמטיב: בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווערט מיט צופרידנהייט אויפגענומען די גינסטיגע אנטוויקלונג, אז דער רבי שליט"א איז בחסדי שמים שוין אויפן וועג אהיים פון שפיטאל. דאס התרגשות ביי די חסידים איז גרויס ווען מען האט בייגעוואוינט ניסים גלויים, למעלה מדרך הטבע וואס אפילו די דאקטוירים טוהן באוואונדערן מיט התפעלות. טראץ וואס דעם רבינס מצ


געמישטע געפילן: הב' אריאל שמאי באפרייט פון טורמע בעת ראש הישיבה הגרש"ב סורוצקין איז שרוי באבל על פטירת אמו ע״ה
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א אומבאגרעניצטע התרגשות און שטורמישע פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי תלמידי ישיבת עטרת שלמה און ביי גאנץ כלל ישראל די בשורה טובה איבער די באפרייאונג פונעם אסיר ציון ומקדש שם שמים, הבחור החשוב אריאל שמאי ני"ו, תלמיד פונעם בארימטן ישיבה נעץ "עטרת שלמה", וועלכער איז נארוואס באפרייט געווארן נאך צוויי שווערע וואכן וואס ער האט געשמאכטעט אונטער די טורמע גראטעס אין די מיליטערישע תפיסה. זיין ארעסט האט אנגעזייעט א שטורעם נאך וואס ע


סותר על מנת לבנות: נאסטאלגישע ביהמ"ד דחסידי אלכסנדר אין בני ברק איינגעווארפן צום התחלת הבניה פון נייעם ביהמ"ד הגדול
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט דינסטאג צופרי איז די נאסטאלגישע אלכסנדר ביהמ"ד אין בני ברק, אויף די אחיעזר דאס, איינגעווארפן געווארן אין בעפארברייטונג צום מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם מרכז העולמי ביהמ"ד הגדול אלכסנדר. די אלכסנדר בית המדרש, ציעט שוין היסטאריע פאר קרוב צו זעכציג יאר, און אצינד נאך מערערע הכנות האט מען ענדליך אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, ווען עס האבן זיך באוויזן טראקטארס אויפן ארט, און אנגעהויבן די ארבעט צו צאמווארפן די אלטע


יהדות ניו יארק גרייט זיך לקבל פני הקודש פון האד' מבוהוש אויף א ביקור מרומם פון דריי וואכן לטובת אויפבוי פון בנין המוסדות
דינסטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית אין ניו יארק ערהאלט מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אז הנה צדיק בא לעיר, זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וואס וועט קומען צו פארן מהיכל קדשו אין בני ברק אויף א לענגערע מסע הקודש פון עטליכע וואכן קיין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, ובפרט מיטן יעצטיגן מולטי-מיליאן דאללערדיגע אויפבוי פון א פרעכטיגע בנין הישיבה פאר די הייליגע בוהושער מוסדות על טהרת הקודש. טראץ דעם וואס דעם רבינ


אלפי חסידים ביי שמחת נישואין אין הויפן פון ערלוי - קאסוב וויזניץ - קרית צאנז ירושלים - שומרי החומות
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחת החתונה בבית ערלוי, קאסוב וויזניץ, קרית צאנז ירושלים, און שומרי החומות, בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א זון פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי טובי' ליבערמאן משפיע אין ישיבת פני מנ


מסיבה מפוארה אין לאורענס לטובת כולל חיים ושלום מונקאטש בראשות האד' ממונקאט
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן עלעגאנטע מסיבה איז אפגעהאלטן געווארן אין לאורענס אין די פייוו טאונס להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש אין בארא פארק. די מסיבה ווערט אפגעהאלטן יאר יערליך אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף עסטרייכער הי"ו א מונקאטשער חסיד פונדערהיים וועלכע האט די זכיה יארן לאנג צוצושטעלן די מסיבה לכבודה של תורה ולומדיה, מיטן השתפפות כבוד פונעם נשיא הכולל כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. ביים אנקומען האט די רבי שליט''א באגריסט די ל


תפילת רבים: עצרת תפילה והתעוררות וועט פארקומען היינטיגן דינסטאג לרפואתו השלימה פון האד' מתולדות אברהם יצחק
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז ליידער נאך ווייט פון גוט, ווען דער רבי געפונט זיך אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים זיך מוטשענענדיג מיט א שווערע אינפעקציע און שטארקע יסורים ה"י, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, איז באשטימט געווארן אויף היינטיגן דינסטאג א גרויסע יום תפילה והתעוררות פאר תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בעיר השם שמה. די גרויסע מעמד עצרת תפילה והתעוררות וועט פארקומען דינסטאג


תושבי ציריך -שווייץ געבן אפ פאסיגן כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" לכבודם פון גדולי וצדיקי הדור פון ארה"ק
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות שווייץ איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי תורה וחסידות וואס האבן ווידער אמאל מכתת רגליהם געווען אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל וואס שטייען אין א שרעקליכע סכנה פון צוזאמענבראך. נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער פון ארץ ישראל געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ציריך וואו א חשובע דעלעגאציע מראשי הקהילה האבן מקבל פנים ג


התרגשות עילאה צווישן חסידי סאטמאר צום "מסע הקודש" פון האד' מסאטמאר קיין ארצינו הקדושה
מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן התרגשות אילעה הערשט צווישן סאטמארע חסידים איבער די וועלט זיך גרייטנדיג צום באפארשטייענדן "מסע הקודש" קיין ארץ ישראל דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסער שבת וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן אין אתרא קדישא מירון צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר, וועלכע גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם הייליגן שבת און די ארומיגע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א. מיט בלויז געציילטע וואכן פארבליבן ביז צ


פרישע דאטום באשטימט פאר ערשטמאליגע שבת בראשות האד' מצאנז ביים כותל המערבי אינאיינעם מיט נגידי החסידות
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש התרגשות דקדושה נעמט ארום חסידי צאנז נדיבי עם קודש ערהאלטנדיג די פריידיגע מודעה איבער די היסטארישע שבת מרומם 'עתיקא קדישא' וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועט פראווען די קומענדיגע שבת קודש תולדות בקרתא דשופריא, ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי אשר משם לא זזה שכינה מעולם. ווי שוין ברייט באריכט דא אויף בחצרות האט די הנהלת ממלכת החינוך דחסידי צאנז בארה"ק פלאנירט א שבת ביים כותל המערבי געאייגענט פאר א גרעסערע קבוצה נגידים בעם חסידי צ


פנים חדשות: ערשטער שמחת נישואין בחצה"ק באבוב-45 געפראוועט אין נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד החדש
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום\אחים לאנטשעווסקי בקול רנה וישועה איז אפגעראכטן געווארן די פייערליכע שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. מיט'ן השתתפות פון טויזנטער חסידים וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די געהויבענע שעה'ן פון שמחת בית צדיקים. די גרויסארטיגע שמחה איז געווען די ערשטע שמחה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק, וואס האט צוגעגעבן א גייסט פון 'פנים חדשות באו לכאן', דאס ביהמ"ד איז מייס


שטאט קרית גת לעבט מיט שיינעם רבישע חתונה בחצרות קרעטשניף - קאמארנא
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די שטאט קרית גת האט פארלאפענעם וואך מיטגעלעבט א שיינע רבישע שמחה בגבולות העיר, ביי די חתונה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמארנא בית שמש שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ רבי ישראל יצחק סאפרין איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל פון אבן עזרא, די שמחה איז געווען א זעלטענע איבערלעבניש פאר די תושבים אין קרית גת, וואו א רעבישע חתונה איז א זעלטנהייט


האדמורי״ם מבאבוב־45 און ראחמיסטריווקא וועלן אינאיינאם אפרייזן קיין שיקאגא לרגל א משפחה שמחה
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועלן די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפרייזן אינאיינעם קיין שיקאגא וואו די צוויי חשובע שוואגערס האדמור"ים וועלן באשיינען די חתונה בבית גיסם הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, בנישואי בתו למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א אבד"ק סערצין, די חתונה קומט פאר דעם דאנערשטאג במקום מג


אל ימנע עצמו מן הרחמים: מצב הבריאות פון האד' מתולדות אברהם יצחק שטאביליזירט נאך פלוצימע קריזיס
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א בהלה איז היינט אנטשטאנען אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א איז פלוצלינג אוועקגעפאלן ה"י אין א שווערן געזונט צושטאנד וואס מען האט בחסדי שמים באוויזן צו ברענגען אונטער קאנטראל נאך עטליכע גאר אנגעצויגענע מאמענטן. די רבי שליט"א וועלכע איז שוין שפיטאליזירט עטליכע טעג צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס איז היינט אריבער א פאראויס געפלאנטע פראצעדור לבריאות גופו הטהור. בשעתן פראצעדור האט די רבי פארלו


שלום אסיריך: רירנדע ביקור חיזוק דורך האד' מסאטמאר ביי היימישע ארעסטאנטן אין אוטעסוויל טורמע
מוצאי שבת פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די פילצאליגע היימישע ארעסטאנטן אינעם אוטעסוויל טורמע אין ניו יארק האבן נעכטן זוכה געווען מקבל צו זיין פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו דער רבי האט מחזק געווען די אסירי ישראל וועלכע שמאכטען ליידער דארט אין תפיסה און משמיע געווען גאר הארציגע און רירנדע דברות קודש וואס זיי האבן געשלונגען בצמאון רב. דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן דעם באזוך צו מחזק זיין איינע פון די חסידים, וואס שמאכטעט ליידער אין טורמע, און גלייכצייטיג א


ספר תורה שרוי בצער: האד' מתולדות אברהם יצחק שפיטאליזירט אין ערנסטע געזונט צושטאנד
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש העתירו אל ה': חסידי תולדות אברהם יצחק פאלגן נאך מיט זארג די מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס געפונט זיך ליידער אין א גאר ערנסטע געזונט צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים. לויט ווי די דאקטוירים געבן איבער, ליידט דער רבי פון אן אינפעקציע וועלכע האט זיך טיילווייז פארשפרייט אינעם גוף און די דאקטוירים האבן דערווייל נאכנישט געטראפן א מהלך ווי אזוי דאס אויסצוהיילן. דורכאויס די לעצטע צוויי טעג האט מען געל


ובאו ציון ברנה: האד' מבאבוב וועט אונטערנעמען מסע הקודש קיין ארה"ק קומענדיגן חודש שבט
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי באבוב אין ארצינו הקדושה זענען איינגעהילט אין פרייד און עקסטאז מיטן ערהאלטן די בשורה מרנינה מבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז 'הנה מלכך בא - זה היום קיווינו לו' ווען מ'וועט האבן די זכיה אז דער רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א געהויבענעם נסיעה - מסע חיזוק והתעלות בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וואס עיניו וליבו שם כל הימים. די געפלאנטע באזוך רופט ארויס הייליגע הרגשים


געשאצטע האלב מיליאן אידן שרייען אויס קול מחאה קעגן גזירה נוראה פון גיוס בני ישיבות ביי "עצרת המיליאן" בחוצות ירושלים
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר , א. אייזנבאך דעם היינטיגן טאג דאנערשטאג פרשת לך לך איז א טאג וואס וועט איינגעקריצט ווערן בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית מיט גאלדענע אותיות, א טאג פון קידוש שם שמים ברבים, א טאג פון התגלות כבוד ה', א טאג פון הרמת קרן התורה והיראה, ווען א געשאצטע האלב מיליאן אידן האבן זיך פארזאמלט אויף די ירושלימ'ער הויפט גאסן, במעמד אלופי אלפי ישראל ובראשם רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה והחסידות ג


לך כנוס: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וחברי בד"ץ העדה החרדית נעמען אנטייל ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


ערשטע בילדער: עצרת הרבבות אין ירושלים קעגן גזירת גיוס בני הישיבות
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


bottom of page


