top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חמירא סכנתא: האד' מסאטמאר ברענגט ארויס חוות דעת קדשו אנבאלאנגט זיך באטייליגן ביי הפגנות נאך לעצטערע טראגעדיעס

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש


נעכטן נאכט מוצאי שבת ביים סעודת הילולא פון הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעברענגט חוות דעת קדשו אנבאלאנגט גיין מוחה זיין אויף הפגנות און אפשפארן גאסן אין ארץ ישראל, נאכפאלגנדיג א רייע ביטערע טראגעדיעס און אומגליקן ווען ווילדע אויפגערעגטע דרייווער'ס האבן בייזוויליג אראפגעקלאפט בחורים ביי די הפגנות.


בראשית דבריו האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט, אז מדינת ישראל איז היינט די מערסטע אומפארזיכערטע לאנד פאר א איד, און האט דערמאנט די ביטערע אטאקע אין אוסטראליע דעם יום טוב חנוכה וואס האט געקאסט די לעבנס פון פופצן אידישע נפשות ה"י, און דער מדינת ישראל פרעמעניסטער האט דאן געזאגט אין א רעדע אז אוסטראלישע אידן זאלן ארויפקומען קיין ארץ ישראל ווייל דארט איז פארזיכערט.


דער רבי האט געזאגט, אז אין די לעצטערע פאר יאר אליינס זענען אזויפיל טויזענטער אידן אומגעקומען אין ארץ ישראל זעלבסט, אין ווי נאריש און אומלאגיש איז צו זאגן אז ארץ ישראל איז א פארזיכערט לאנד. און בכלל איז די גאנצע אטאקע אין אוסטראליע אויך נאר געווען א דירעקטע רעזולטאט פון די שנאת ישראל וואס די ציונים זייען איין איבער די גאנצע וועלט.


דער רבי האט דערמאנט די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל, אז עס איז א ביטערע און שרעקליכע גזירה, אבער מאנכע מיינען אז מען קען באקעמפן די גזירה דורך מאכן הפגנות, מען שפארט אפ הויפט גאסן און שאסייען, מען לאזט נישט אדורכפארן קארס און באסעס, און עס מאכט א איבערקערעניש אין די גאנצע לאנד.


דא האט דער רבי ארויסגעברענגט, אז נישט נאר די אראבישע שכנים אין ארץ ישראל זענען רוצחים, נאר די ציונים זעלבסט זענען די זעלבע גרויסע רוצחים, גארנישט ווייניגער ווי די אראבער'ס, שפיכת דמים איז א ציוניסטישע תאוה, אזוי ווי מען האט זיך ליידער איבערצייגט, ווען צוויי אומשולדיגע בחורים זענען ליידער טראגיש געהרגעט געווארן דורך רוצחישע דרייווער'ס בעת די הפגנות.


דער רבי האט דערמאנט א געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט מיט עטליכע יאר צוריק, ווען דריי היימישע בחורים זענען אריין אין אראבישע שטחים ארום ארץ ישראל, און די לאנד האט זיך איבערגעקערט זיי ארויסצוראטעווען פון דארט, און מענטשן האבן דאן געשטעלט א פראגע מיט וואונדער, ווער געבט זיי די אחריות אריינצוגיין אהין אין אזא מקום מסוכן.


דער רבי האט דערביי צוגעשטעלט נאך א פראגע מיט וואונדער, ווער נעמט די אחריות צו הייסן ישיבה בחורים גיין פראטסעטן, אז זיי זאלן זיך אויסזעצן אויף הויפט שאסייען און דערמיט אויפרעגן אומצוויליזירטע דרייווער'ס, על פי שנים עדים יקום דבר, מען האט זיך יעצט איבערצייגט די רעזולטאטן דערפון פון די צוויי בחורים הרוגים, ווער קען דאס נעמען אויף זייער אחריות.


דא האט דער רבי קלארגעשטעלט חוות דעת קדשו, זאגנדיג, אז ער רעדט נישט צו די גאנצע אידישע וועלט, ער רעדט צו אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר איבער גאנץ ארה"ק. דער רבי האט געזאגט, אז מיר פארמאגן ב"ה א ישיבה און א כולל אין ירושלים, א ישיבה און א כולל אין בני ברק, און א כולל אין בית שמש, קיין שום בחור אדער אינגערמאן הסרים למשמעינו טאר זיך נישט באטייליגן ביי קיין הפגנות ווי מען שפארט אפ גאסן, עס איז א מסוכנ'דיגע זאך, מען איז דערמיט מפקיר נפשות מישראל, די ציוניסטישע רוצחים זענען גארנישט ווייניגער ווי די אראבישע רוצחים, וחמירא סכנתא מאיסורא.


דער רבי האט דערמאנט, אז דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהאט א הייליגע קאמף אקעגן ציונות, אבער די מלחמה לה' בעמלק איז ביי אים צוגעגאנגען אויף א אנדערע אופן ווי מאכן ווילדע אומ'אחריות'דיגע הפגנות, אונז האט מען אנדערש מחנך געווען.


צום סוף האט דער רבי אויסגעפירט, און איבערגעז'חזר'ט דעת קדשו אקעגן די פינסטערע פשרות וואס מאנכע פון די חרד'ישע פארטייען ווילן אין די טעג אדורכפירן מיט די חק הגיוס, און אז קיין שום בחור מישראל טאר נישט גיין חלילה אין מיליטער, וואס דארט איז א מקום מסוכן פאר א יעדע אידיש קינד.


דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב, אז אין זכות פון די בעל הילולא זי"ע זאל מגין זיין אויף אונז אידישע קינדער, און דער אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף גאנץ כלל ישראל בכל מקום שהם.



תגובות


bottom of page