top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יחליפו כח: האד' מבאבוב 45 רעכט אפ געהויבענע וואכן אין אפרו-שטאט סקאטסדעיל אריזאנע

  • Bechatzros admin
  • לפני 34 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

פילע חסידים ואנשי מעשה אין אריזאנע זענען די יעצטיגע וואכן זוכה מיטצולעבן געהויבענע שבתים און יומי דפגרא וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א רעכט אפ בנאות דשא אין שטאט סקאטסדעיל אריזאנע.


אין לויף פון די טעג וואס דער רבי וויילט אין סקאטסדעיל טוען פילע תושבים אין די ארומיגע שטעט, ספעציעל פונעם אויפבליענדן ישוב קאסא גראנדא, אויסנוצן די געלעגנהייט און כאפן זיך אריבער קיין סקאטסדעיל מיטצוהאלטן בצל קדשו.


ספעציעל איז געווען פאר'ן ארטיגן ציבור א תענוג רוחני מיטצוהאלטן די הערליכע שמועסן וואס דער רבי פארפירט מיט די אנדערע רבנים וואס האלטן זיך דארט אויף, הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א, הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, הגה"צ ר' גבריאל צינער שליט"א גאב"ד נטעי גבריאל, הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז קרית יואל, הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א חדב"ן, און נאך.


די תפילות בימות החול רעכט דער רבי אפ אינעם לאקאלן ביהמ"ד "אהבת תורה", בנשיאות הרה"ג ר' אריאל שושן שליט"א.


אין איינע פון די טעג איז אנגעקומען צום רבי'ן אויף א באזוך די ילדי הת"ת פון שטאט קאסא גראנדא, אין שפיץ פון הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א אב"ד קהל חסידים קאסא גראנדע, וועלכע האבן געדאוונט שחרית אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, און דערנאך מיטגעהאלטן א מסיבת לחיים און דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה.



תגובות


bottom of page