top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע חתונה בחצה"ק תולדות אברהם יצחק צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן אין ביהמ"ד הגדול

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום קרויס, מ"א ניימאן, JDN

מאסן חסידי תולדות אברהם יצחק האבן זיך מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרב חיים האגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ארי' האגער שליט"א אדמו"ר מאנטוניא הורדענקא, און איידעם ביי הנגיד החסיד ר' אפרים זלמן בעק שליט"א פון שווייץ.


די חתונה איז צום ערשטן מאל געפייערט געווארן אינעם היכל בית המדרש הגדול והחדש אין די מאה שערים געגענט וועלכע איז אויסגעשטעלט געווארן אויף א גאר בכבוד'יגן אויסלייג, צו אקאמאדירן די פילע חסידים ואנשי מעשה, אברכים ובחורי חמד.


צום באשטימטן צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, בדחנא דמלכא ר' ישראל שעכטער הי"ו האט מעורר געווען מיט דברי כיבושין, און מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער הגה"צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן.


ביים מעמד החופה איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אב"ד קאלוב שליט"א פון ביתר, ברכות ראשונות דער זיידע הנגיד החסיד רבי אפרים זלמן בעק הי"ו, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק האדמו"ר מאנטניא הארדענקא שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים.


די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט לכל הקהל הקודש אינעם גרויסן ביהמ"ד, נאך א קורצע צייט איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני פסח לרגל פרשת בא הקריאה מעורר הזמן, און נאך ניגוני שבח והודאה. דער רבי שליט"א האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און באדאנקט די בעלי שמחה און די עסקנים וועלכע האבן אהערגעשטעלט די חתונה אין ביהמ"ד בכדי אים צו פארגרינגערן אין די יעצטיגע מצב, און דערביי מאציל געווען מברכות קדשו אז די שמחה זאל משפיע זיין אסאך שמחות אין ביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען די ניגון ועל כן נקווה לך מיט גרויס דביקות און השתפכות הנפש.


דורכאויס די שמחה האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי האדמורי"ם מדושינסקיא, סאדיגורא, שומרי אמונים ירושלים, בערגסאז בית שמש די פעטערס האדמורי"ם מנחלת אהרן, מבקשי אמונה, קרעטשניף סיגעט, קרעטשניף כפר עטה, און נאך פילע רבנים חשובים.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער הרה"ג ר' דוד אריה וויינבערגער שליט"א, ברכות ראשונות כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א, ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א.


נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא ר' ישראל שעכטער געגראמט און אויסגערופן די זיידעס און מחותנים צום מצוה טאנץ, צוערשט דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכער האט כדרכו בקודש אפגעראכטן די ריקודין א לענגערע צייט בשלהבת אש קודש זיצנדיגערהייט מחמת חולשתו, דערנאך די אנדערע חשובע זיידעס, דערנאך די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א און כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א וואס האבן זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ברודערליכע טאנץ בשמחה וחדוה.



תגובות


bottom of page