top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע שמחת הפארשפיל אין וויזניצער הויף; לעצטע הכנות צום חתונה הגדולה ד' בשלח

  • Bechatzros admin
  • לפני 21 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

א יום טוב'דיגע שטימונג הערשט אין קרית וויזניץ - בני ברק זיך גרייטנדיג צו די ימי אורה ושמחה, די חתונה הגדולה פון אן אור אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט פארקומען קומענדיגן מיטוואך בשלח הבעל"ט, זייענדיג אן ערשטמאליגער געלעגנהייט פאר די טויזנטער וויזניצער חסידים אין ארץ ישראל מיטצוהאלטן א חתונה פון א דור רביעי ביים רבי'ן אין הויף אין ארץ ישראל.


בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה דער חתן אן אייניקל פונעם רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, א זון פון זיין איידעם הגה"צ רבי ישראל האגער שליט"א, ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא שליט"א, זון פון הרה"צ רבי שלמה כהנא אדמו"ר מספינקא ירושלים.


שוין בעפאר שבת זענען די גאסן אין שיכון וויזניץ באהאנגען געווארן מיט לעמפעלעך און טאוולען וואס האט אריינגעברענגט די גאנצע קריה אין א שמחה'דיגע אטמאספערע.


כנהוג בחצרות הצדיקים האט מען שוין אריינגעטרעטן אין די ימי השמחה ביי שלש סעודות וואס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א פארשפיל בתופים ומחולות במעמד אלפי החסידים, וואו דער רבי שליט"א האט כדרכו בקודש אריינגעארבעט מיט די ניגונים און געהויבן דעם ציבור העכער און העכער.


אינצווישן האט דער רבי געזאגט תורה כמידי שבת בשבתו, און דערנאך ארויסגעברענגט די רגשי הלב צו די בעפארשטייענדע שמחות די וואך, צוערשט די חתונה פון א אייניקל ביים שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, וואו דער פעטער הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זצ"ל איז א זיידע ביי די שמחה, און צוויי טעג דערויף די חתונה פונעם אור אייניקל, וואו דער זיידע די אמרי חיים זי"ע איז א זיידע עטליכע מאל. דערביי האט דער רבי געבעטן פונעם ציבור אויסצונוצן דעם עידן חדוותא איבערהויפט בשעת די מעמד החופה אים אינזינען צו האבן לרפואה שלימה ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו.


אויך שפעטער בשעת די גראמען האט דער בדחן ר' ישראל שעכטער הי"ו ארויסגעברענגט די האפענונג און תשוקה פון די גאנצע עדה הקדושה אז דער רבי זאל זיין געזונט און צוריק קומען צו די כוחות ווי אמאל, מיט זיין עבודת הקודש כבימים כתיקונם.


מען האט ממשיך געווען די ריקודין א לענגערע וויילע, ווען צום קלימאקס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויפן ניגון יש בורא עולם, מיטשלעפנדיג דעם ציבור האלפים אין פייערדיגער טענץ. באזונדער האט דער רבי שטארק ארומגעקאכט מיטן לעלובער ניגון שמחה, שטייענדיג אין טאג פונעם הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד לעלובער זי"ע, ז' שבט.


אצינד אין די לעצטע טעג פארבליבן צום חתונה הגדולה דעם מיטוואך זענען טעטיגע עסקנים פון אלע דריי וויזניצער הויפן אקטיוו אויסצוארבעטן אלע דעטאלן מיט א ברידערליכע קאאפעראציע, אין שפיץ פון די ראשי העסקנים פון חצר הקודש וויזניץ אין בני ברק. הויכשטאקיגע פארענטשעס וועלן בארינגעלען דעם ביהמ"ד הגדול און הונדערטער טישן ווערן צוגעגרייט פאר די סעודת החתונה, באזונדער ווערן צוגערישט אן עקסטרע זאל פאר די פרויען, און א הויכע חופה פלאטפארמע אין צענטער פון שיכון וויזניץ.



תגובות


bottom of page