top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

והייתם לי סגולה: האד' מראחמיסטריווקא וועט אפרעכטן שבת עילאה "יחידי סגולה" אין לאנדאן מיט די תומכי המוסדות

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

גרויס התרגשות הערשט צווישן חסידי ראחמיסטריווקא אין ענגלאנד צו ענטפאנגען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א מארה"ק, וואס וועט אפרעכטן אן ערשטמאליגער שבת מרומם אויסשליסליך מיט די נגידים ותומכים תושבי לאנדאן.


דער שבת וועט זיין מיוחד פאר די חסידים נדיבים בעם וואס שליסן זיך אן מיט 18 טויזנט דאלאר און העכער להחזקת המוסדות, וואס וועלן זוכה זיין לעשות את השבת, שבת פר' יתרו, קבלת התורה, בצל הקודש פונעם רבי'ן אויף א פריוואטן פארנעם.


דער שבת וועט פארקומען אינעם פראכטפולן "דעלטא האטעל" אין שטאט קאלטשעסטער ענגלאנד, וואו די משתתפים וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן די פלאם פייערדיגע עבודת הקודש ביי אלע תפילות און טישן און געניסן פון א קירבה יתירה על שלחן המלך, באגלייט מיט א גאר רייכן סדר השבת פון מגידים ודרשנים וואס וועלן באגייסטערן במשך דעם שבת.


זונטאג משפטים וועט דער רבי שליט"א אריינקומען צום היימישן געגנט אין סטעמפארד הילל לאנדאן, און באשיינען די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה צום נייעם ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין שטאט, וואס איז לעצטע  יאר נתחנך געווארן בראשות פונעם רבי'ן שליט"א.


היות דער ביהמ"ד געפינט זיך מאמענטאל אין א צייטווייליגן געדינגענעם לאקאל, און וועט נישט קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור, וועלן די ריקודין קדישין פארקומען אינעם גרויסן סקווירא ביהמ"ד אין שטאט, וואו דער רבי וועט אפרעכטן די ריקודין והקפות כסדר ונוסח ראחמיסטריווקא.


שפעטער וועט פארקומען דער מסיבת לחיים אינעם ראחמיסטריווקא ביהמ"ד, געאייגנט נאר פאר די חסידים ומתפללי ביהמ"ד, און שפעטער ביינאכט וועט פארקומען די גראנדיעזע סעודה לגומרה של תורה אינעם גאלדערס גרין געגנט וואו מ'וועט זוכה זיין צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן פאר עדת צאן מרעיתו תושבי ענגלאנד.



תגובות


bottom of page