top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְעֶשֶׂר כֶּסֶף: אייגנארטיגע מעמד "מכירת ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים" אפגעהאלטן בפקודת האד' מגור

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגע מכירה ווען דער בעלות פונעם גינגאנטישן בית המדרש הגדול דחסידי גור איז פארקויפט געווארן פארן בלויזן סכום פון 10 שקל.


דער מכירה איז צושטאנד געקומען, נאכדעם וואס אין חצר הקודש גור איז פארהאן א אלטע קפידה, אז דער בית המדרש זאל נישט זיין רעגעסטרירט אונטער די נאמען פונעם רבי'ן, היות עס קען אויסקומען אז עס ווערט געטון אינעם בית המדרש זאכן וואס איז נישט לפי רוחו פונעם רבי'ן, א שטייגער אויב רעדט מען דברים בטלים אין ביהמ"ד, מען היט נישט אפ ריכטיג קדושת בית המדרש א.ד.ג.


אזוי האבן זיך נוהג געווען די רועי החסידות אנגעהויבן פון הרה"ק בעל בית ישראל מגור זי"ע, ולאחריו די אנדערע אדמור"י בית גור, צו פארקויפן דעם בית המדרש מיט א שטר מכירה צו איינער פון די חשובי העדה, אז דאס ביהמ"ד זאל זיין אויף זייער נאמען.


מיט יארן צוריק ווען עס איז אויפגעבויעט געווארן דער בית המדרש גור, האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א פארקויפט דער בעלות פונעם בית המדרש צו הרה"ח הישיש רבי חיים ישראל וויינשטיין ז"ל, א אוד מוצל מאש פונעם ביטערן צווייטן וועלט מלחמה, פאטער פונעם בעל תוקע אין גור יבלחט"א הרה"ח משה אריה וויינשטיין שליט"א.


שוין עטליכע איז פארלאפן זינט די פטירה פון הרב החסיד רבי חיים ישראל ז"ל און דער בית המדרש איז דערווייל נאכנישט געווארן איבערגעשריבן, ביז נעכטן זונטאג בשלח ווען עס איז צושטאנד געקומען דער נייע מכירה, אנגעפירט דורך הרב יצחק מאיר טאומאן שליט"א איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ומראשי מהנהלת הביהמ"ד וואס האט בפקודת הקודש פונעם רבי'ן פארקויפט דער אייגענטום פונעם ביהמ"ד פארן סכום פון בלויז צען שקל אין וועלכן עס האט זוכה געווען הרה"ח הישיש רבי יצחק מאיר שפערנאוויטש שליט"א, לאנג יעריגע משגיח רוחני אין ישיבה לצעירים גור וואס ציילט זיך היינט פון די פארי וזקני חסידי גור אין ירושלים.



bottom of page