top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ באזוכט אין ישיבות הקדושות בעלזא און סקווירא אין בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארגאנגענעם וואך בעת די קורצע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין ניו יארק האט דער רבי באזוכט אין די ישיבות קטנות דחסידי בעלזא און סקווירא, און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבות. מאנטאג נאכט נאכן זיך משתתף זיין ביי א חופה אין די בעלזער זאל, איז דער רבי ארויף אינעם בנין פון די ישיבה קטנה דחסידי בעלזא. דאכן דאווענען מעריב מיט די בחורים איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן, וואו דער משגיח הרה"ג ר' הערשל שטערן שליט"א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דיבורים און זיך באדאנקט פארן זיך מטריח זיין און שענקן פון זיין טייערע צייט מחזק צו זיין די בחורים בפרט אין די ימי השובבי"ם, און דערביי ארומגערעט איבער די קירבה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א מיטן שוואגער די וויזניצער רבי מאז ומקדם. 


נאכן זינגען עטליכע ווארימע ניגונים האט דער רבי געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברות קודש באגלייט מיט דברי הדרכה לימי השובבי"ם, בין הדברים האט דער רבי ארומגעשמועסט איבער די געהויבענע בעלזער חסידים פונעם פריערדיגן דור און זייערע התקשות צו זייער רביס, און דערביי גערעט איבער דער ענין פון התקשרות לצדיקים. דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור רבנן ותלמידיהון. צום שלוס זענען אלע בחורים דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן.


מיטוואך נאכמיטאג איידערן פארלאזן ניו יארק, האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין די סקווירא ישיבה קטנה אין בארא פארק וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבת קבלת פנים לכבודו, ביים אנקומען איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן דורך די רמ"י ומרביצי תורה שליט"א, און אין היכל הישיבה איז ער אנטפאנגען געווארן דורך די בחורי חמד בשירה ובזמרה.


דער רבי שליט"א איז ערשינען אויפ'ן אויבנאן, און מען האט געהערט פאסיגע ווערטער פונעם מנהל הישיבה הרה"ג רבי ישראל גרינבוים שליט"א, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בדברים נחמדים און ארומערעט איבער דעם רבינס קשר קיין סקווירא, זייענדיג א תלמיד פון די סקווירא ישיבה, און זיין נאנטקייט מאז ומקדם מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


דער רבי האט טועם געווען פון די מזונות און פארטיילט שיריים פאר די צוות הישיבה און די בחורים אייניקלעך פונעם שוואגער דער סקווערער רבי'ן. דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידים, וויאזוי אויסצונוצן די ימי הבחרות דאס צו קענען מיטנעמען אויפ'ן גאנצן לעבן, ובפרט איצטער אין די ימי השובבים, ווען מען דארף אויסנוצן די צייט אויף תשובה והתעלות רוחני.


דערנאך האט דער רבי גערעט בשבח פון חצר הקודש סקווירא און די קירבה יתירה וואס ער איז נהנה אין אלע זמנים ביים שוואגער דער סקווירא רבי, און דערמאנט דער שבת וואס ער איז געווען צוגאסט פאריאר אין סקווירא און איבער זיינע בחורישע יארן אין סקווירא, במיוחד האט דער רבי מרחיב געווען מיט שיינע זכרונות איבער די עלטערע פארצייטישע סקווירא חסידים פונעם אלטן דור, וואס זענען געווען אידן תלמידי חכמים און בטלים ומבוטלים צום סקווירא רבי'ן בענווה ושפלות רוח כאטש זיי זענען געווען היבש עלטער פונעם רבי'ן. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר די תלמידים ומרביצי תורה שליט"א. און דערנאך זענען אלע בחורים דורך שלום נעמען.


נאכן רבינס באזוך אין ישיבה אויפן וועג צום לופטפעלד האט זיך דער רבי שליט"א טעלעפאניש פארבינדן מיטן שוואגער דער סקווערער רבי'ן קיין מאליבו קאליפארניע וואו דער רבי וויילט אויף אפרוה און איבערגעגעבן א גריס פון זיין באזוך אין ישיבה דערביי אויסדרוקנדיג זיין התפעלות פון די חושבע בחורים הכרת פניהם ענתה בהם.



bottom of page