היסטארישע פארדאפלונג פראיעקט פון היכל ביהמ"ד הגדול און גרויסע שטוב אינעם מרכז העולמי דחסידי בעלזא
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

חסידי בעלזא בכל רחבי תבל נעמען אויף מיט איבערגיסנדע עקסטאז די היסטארישע אנטוויקלונג בממלכת בעלזא איבער א מאסיווע מולטי-גיגאנטישע פראיעקט צו פארדאפלען און פארברייטערן דעם בנין מרכז העולמי דחסידי בעלזא בעיה"ק ירושלים.
דער מאיעסטעטישער בנין האדיר אין הארץ פון ירושלים דינט שוין די לעצטע פערציג יאר אלס רוחניות'דיגע אימפעריע פון תורה עבודה וגמ"ח אויפגעבויט במסירת נפשו ודמו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, מיט'ן הילף פון כלל חסידי בעלזא בכל קצוי תבל וועלכע האבן דארט די זכי' לחסות בצל הקודש און מיטלעבן די הייליגע תפילות און טישן און שמחות בחצר הקודש. זייענדיג דאן אן ערשטמאליגע באגריף פון א חסידות וואס שטעלט אהער א צענטראלע גיגאנטישע מרכז אויף אזא ריזן פארנעם.
מיט'ן וואוקס פונעם ציבור שפירט זיך דער געדרענג וואס אמאל מער, ווען די אריגינעלע היכלים גדולים, דער ביהמ"ד הגדול מיט די פילע טויזנטער זיץ-ערטער, איז שוין צר מהכיל, ספעציעל די גיגאנטישע "גרויסע שטוב" וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן פון פלאץ און עס הערשט א שרעקליכע געדרענג ביי די טישן און מאורעות.
פאר עטליכע יאר צוריק איז שוין דורכגעפירט געווארן א פראיעקט פון הרחבת הגבולים, ווען דער היכל ביהמ"ד הגדול איז ארויסגעבויט געווארן אויף צפון זייט, אבער די לעזונג איז געווען בלויז קורצטערמיניג, און מ'האט זיך דערזען אז מ'מוז קריטיש נעמען דראסטישע שריט צו פארגרעסערן סיי דעם היכל ביהמ"ד און סיי די גרויסע שטוב.
נאך פאר עטליכע יאר צוריק האט מען זיך אריינגעלאזט אינעם פראיעקט, אנגעפירט דורכ'ן מייסטער ארכיטעקט, הרה"ח ר' אהרן אסטרייכער מחשובי חסידי בעלזא, וואס האט משקיע געווען כוחות עצומים צו אויספלאנירן די גאר פארצווייגטע און קאמפליצירטע בוי-ארבעט וואס די פארדאפלונג נעמט אריין.
ענדגילטיג איז דעם היינטיגן מיטוואך ארויסגעגעבן געווארן די פולע פערמיטן מטעם די שטאטראט צו קענען אהערשטעלן דעם פראיעקט.
לויט די באשטעטיגטע פלענס רעדט זיך עס פון א דראסטישע אויסברייטערונג, סיי אינעם היכל ביהמ"ד, וואס וועט ארויסגעבויט ווערן פון אלע דריי זייטן, מזרח, מערב און דרום, און סיי אינעם גרויסן-שטוב, וואס וועט אויך אויסברייטערט ווערן צו א דאפלטע גרויסקייט, און אויך אין דער הייעך וועט עס ווערן ארויפגעבויט צו א מאסיווע הייעך, אריינצונעמען פרישע גאלאריען רינגס ארום, צו אקאמאדירן די טויזנטער יונגעלייט און בחורים ביי די טישן.
די אונטערנעמונג איז גאר א פארצווייגטע, ספעציעל די פארדאפלונג ביים גרויסן שטוב, וואס געפינט זיך אונטער די ערד, און נעמט אריין א גאר קאסטבארע אונטערנעמונג פון שווערע מיליאנען, וואס וועט אפקאסטן אהערצושטעלן די פארדאפלטע בית אדיר וקדוש אשר כל בית בעלזא נשואות אליו.


