אור פניך הופע: שטאט וויליאמסבורג גרייט זיך מיטצוהאלטן דערהויבענער "שבת שקלים" בצל האד' מבוהוש
- Bechatzros admin
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר ואם בישראל וויליאמסבורג ערהאלטן מיט פרייד די ידיעה איבער א געהויבענע שבת וואס וועט געפראוועט ווערן דעם קומעדיגן שבת משפטים - שקלים בצל הקודש פונעם אורח הנשגב כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.
ווי ברייט באריכטעט איז אין די לעצטע טעג פון פריש באשטימט געווארן דער לענגערע מסע הקודש וואס דער בוהושער רבי שליט"א וועט בעזהשי"ת אונטערנעמען דעם קומעדיגן וואך פרשת יתרו קיין אמעריקא לטובת מוסדותיו הקדושים, און אצינד איז אנגעקומען די בשורה מהרנינה איבער דער צענטראלער "שבתא דריגלא" שבת פרשת משפטים, שבת שקלים וואס וועט געפראוועט ווערן בתוך קהל ועדה אויף גרויסן פארנעם אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.
דער רבי שליט"א וועט מופיע זיין בהדרו אין שטאט וויליאמסבורג ענדע וואך פרשת משפטים, די אכסניא של תורה וועט זיין אין שטוב פון הנגיד המפואר ר' יוחנן מענדלאוויטש הי"ו, און אויף שבת שאיז ארויסגעדינגען געווארן די גיגאנטישע "עידן פאלאס" זאלן, אין צענטער פון שטאט, וואו עס וועלן אפגעראכטן ווערן די געהויבענע תפילות און טישן ברוב עם הדרך מלך.
כמעשהו בראשונה ביים ערשטן שבת וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן אין שטאט וויליאמסבורג מיט אריבער צען יאר צוריק, וועט די זאל ווערן אויסגענוצט צו איר מאקסימום צו קענען ארייננעמען די טויזנטער אידן וואס וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט און זיך קומען איינקוקן אין די הנהגה פונעם רבי'ן שליט"א, וואס איז ידוע בשער בת רבים מיט זיין געוואלדיגער עבודת התפילה און דביקות, און אזוי אויך מיט די שולחנות הטהורים וועלכע וועלן אפגעראכטן ווערן אויפן רוזשינער שטייגער מיט א פלאם-פייער און קאכעניש. ובפרט דער קידוש פרייטאג צונאכטס, אין וועלכע דער רבי שליט"א לייגט אריין מדי שבת בשבתו א געוואלדיגע עבודה כידוע.
די עסקנים און די וועד המארגן טוען שוין אויסארבעטן אלע דעטאלן פונעם שבת, וואס רעכנט אריין צושטעלן אכסניות פאר די פילע געסט פון די ארומיגע שטעט אין ניו יארק וואס גרייטן זיך ארויסצוקומען קיין וויליאמסבורג אויף שבת, זייענדיג דער קלימאקס פונעם דריי וואכענדיגע מסע הקודש, וואס איז געווידמעט מיטן ציל אויפצוטרייבן די נויטיגע סכומים פארן איבערבוי פראיעקט פונעם בנין הישיבה דחסידי בוהוש אין בני ברק.
נאך שבת וועט דער רבי שליט"א פארבלייבן אין שטאט אויף עטליכע טעג, וואו ער וועט אויפנעמען דעם ציבור להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און אויפטרייבן שטיצע, ספעציעל צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר, וועלכע פארמאגן גאר א ווארימע געפיל פאר די הייליגע בוהושער מוסדות, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט מיט העכער צוואנציג יאר צוריק מקדש שם שמים געווען זייענדיג פון די סאמע ערשטע מוסדות וועלכע האבן זיך גענצליך אפגעשאקלט משולחן איזבל פון די מדינה הציונית, און זיינע מוסדות ווערן געפירט גענצליך על טהרת הקודש.


