top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענע שמחת נישואין בחצרות פרמישלאן - שאץ וויזניץ - ליטשיק - ראחמיסטריווקא

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי ללר

ברינה ובצהלה איז די וואך געפראוועט געווארן אין עיר התורה והחסידות בני ברק די שמחת החתונה בבית צדיקים ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ רבי משה הלל שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליטשיק שליט"א.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מליטשיק שליט"א, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א.


צווישן די פילע אדמורי"ם וועלכע האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטערס האדמורי"ם מקרעטשניף, ביאלא פשיסחא, ספינקא ירושלים, קאמרנא בני ברק, סערעדנא, זלאטשוב, זידיטשוב בני ברק, לעלוב הר יונה, און האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, פיטסבורג, שומרי אמונים אשדוד, נדבורנא ביתר, קוזמיר, קרעטשניף קרית גת , טרעבישאן, מיאלען, ביטשקוב און נאך.


באזונדער האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פונעם געהויבענעם עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס האט באשיינט בראש המסובים און אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געאנצן מיט די חתן און מחותנים א לענגערע צייט.


דער זיידע האדמו"ר מפרמישלאן האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס האדמורי"ם מקאמרנא בני ברק, סערעדנא, הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א, און הגה"צ רבי אביש ווייס אב"ד ספינקא ירושלים, ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצוה טאנץ, אנגעהויבן מיט די ריקודי קודש פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם משאץ וויזניץ, ליטשיק, הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק, און די פעטער האדמו"ר מספינקא ירושלים. צום לעצט האט בדחנא דמלכא ר' חיים משה זארגער אויפגערופן דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין מיט גרויס התלהבות כדרכו בקודש.



תגובות


bottom of page