top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

על ראש השמחה: האד' מוויזניץ באשיינט ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו ראש ישיבת וויזניץ

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


בחצר הקודש וויזניץ איז נעכטן מאנטאג געפראוועט געווארן די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביים ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א, די כלה א טאכטער ביי זיין איידעם הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך אבד"ק וויזניץ בראכפעלד מיט די חתן זון פון הרה"ג רבי יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א רב ביהמ"ד אור החיים און מנהל רוחני ישיבת מאחנובקא בעלזא, זון פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ אין בני ברק במקהלות אלפי חסידי וויזניץ אין שפיץ פונעם פעטער דער ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


ביים קבלת פנים האבן זיך דאן משתתף געווען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, און המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מיט וועם דער וויזניצער רבי האט פארפירט א לענגערע שמועס, אויך האט דער רבי ארומגעשמועסט מיט הרבני הנגיד רבי יואל לאנדא הי"ו וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צו די שמחה לכבודו פונעם בעל שמחה מקורבו הרה"ג ר' יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אבד"ק מאור חיים צפת.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער פעטער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, קריאת הכתובה דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת שומרי החומות שליט"א, ברכות ראשונות: די זיידעס האדמו"ר מזוועהיל ראש ישיבת וויזניץ, און הרבני הנגיד רבי יואל לאנדא, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. נאכן חופה האט דער וויזניצער רבי געוואונטשן מברכות קדשו פארן גאנצן ציבור, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


ביים סעודת החתונה האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מסאדיגורא, פיטסבורג, סטריקוב, וויזניץ בית שמש, קאסוב וויזניץ, אוזרוב, וואסלוי, בערגסאז, ספינקא רמת אהרן, קארלין לעלוב, אבד"ק סערט וויזניץ לעיקוואד, גאב"ד מערב בני ברק, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד ערלוי בני ברק, אב"ד סקאהל, אב"ד מאור חיים ירושלים, אב"ד קרית באבוב בת ים, דער ראשון לציון הגאון רבי שלמה משה עמאר שליט"א און נאך.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ רבי יקותיאל ליבערמאן אבד"ק סאדיגורא ירושלים, מיט די שבע ברכות האט מען מכבד געווען די פעטערס הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי חיים שמערלער אבד"ק היכל צבי צאנז, און הרה"ג ר' אהרן אויערבאך שליט"א, אויך איז נתכבד געווארן מיט א ברכה הרה"צ רבי מנחם שלמה האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, ברכה אחריתא דער פעטער הגה"צ רבי מנחם מענדיל פוקס גאב"ד שומרי החומות רמות.


נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא הר"ר חנא פריעדמאן הי"ו אויפגערופן דעם וויזניצער רבי'ן מיט פאסיגע דברי חרוזין, דער רבי איז דערנאך אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד און אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בעוז ותעצומות אנכאפנדיג די מחותן הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען די ריקודין זיצנדיגערהייט אינאיינעם מיט די חתן מחותנים און זיידעס און די בני משפחת המלוכה.


נאך די ריקודי קודש איז דער וויזניצער רבי אריין לחדרו הפרטי און מען האט ממשיך געווען די מצוה טאנץ פון די געהויבענע זיידעס און מחותנים, עס איז דאן אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן הרבני הנגיד רבי יואל לאנדא הי"ו להזכר לטובה.



תגובות


bottom of page