top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב אפגעגעבן ברכת מזל טוב לרגל שידוך שליסן בבית באבוב - ספינקא - טשאקאווא קערעסטיר - סאטמאר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת פ' בא • ו' שבט | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד זענען זיך חסידי באבוב צוזאמגעקומען דעם מיטוואך נאכט אין ביהמ"ד הגדול באבוב מקבל צו זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נאך'ן זיך אומקערן פונעם מקום הנופש אין מיאמי פלארידע ווי דער רב שליט"א האט געוויילט אויף אפרוה, און דערצו אפצוגעבן מזל טוב לרגל די שמחה בבית המלכות, די שמחת קישור החיתון פון הכלה אן אייניקל ביים רב שליט"א בת לבנו בכורו הרה"צ ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' אנשיל זעלטענרייך שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שליט"א.


דער שידוך איז געשלסן געווארן פארלאפענעם מיטוואך נאכמיטאג, און ווי עס איז דער סדר התקנות פון "חיים של שלום" דחסידי באבוב ווי איינגעפירט דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, פראוועט מען דעם שמחת התנאים צוזאמען מיטן ווארט אויף גאר א באשיידענעם אופן מיט בלויז אן ענגן קרייז משתתפים. אזוי איז דער שמחת קישור החיתון אפגעראכטן געווארן אין שטוב פונעם אבי הכלה הרה"צ ר' חיים שלום שליט"א, ווי עס האט זיך עקסטער אנגעזעהן די השתתפות פון די געהויבענע פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, מיט וועם דער באבובער רב האט פארברענגט ידידות'דיג בנועם שיח. דער רב האט מכבד געווען מחותנו גאב"ד סאטמאר בארא פארק צו ליינען די תנאים, און דער מחותן הרב אנשיל זעלטענרייך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ארויסגעברענגט רגשי לבבו לכבוד די שמחה.

שפעטער ביינאכט איז דער רב ערשינען אין ביהמ"ד הגדול לקול תרועת השמחה, מיט א שיינעם דרשה האט אויפגעטרויטן די זיידע הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, און דער רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש און דערמאנט אז א שידוך איז מסוגל פאר רפואות, "לארוס וארוסה להתקפא חלשין", און דערביי מזכיר געווען די זיידע ש"ב כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א לרפו"ש. דער רב האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן דעם ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה, דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר א לאנגע צייט.


ביים שמחה האבן זיך אנגעזעהן די רבנים חשובים קרובי המשפחה: אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, הרה"צ ר' יהושע שלום ווייס אבד"ק ספינקא, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי משה גרינוואלד בן האדמו"ר מפאפא, הרה"צ ר' משה יהושע טווערסקי בן האדמו"ר מטשערנאביל פון בארא פארק, הרה"צ ר' מענדל האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, האדמו"ר מלייפניק פון בני ברק, אבד"ק לאסק,  אבד"ק ברכת אברהם, און נאך.



תגובות


bottom of page