top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדילים תעשה לך: האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט אין "וואלעס טליתים" פאבריק מיטצוהאלטן פראדוקציע פון אייגענעם טלית

  • Bechatzros admin
  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אפגעשטאט א באזוך אינעם בארימטן 'וואלעס טליתים' פאבריק, מיטצוהאלטן פון דער נאנט די עבודת הקודש ביים פראדוצירן א נייעם טלית וואס דער רבי האט אין די טעג איינגעהאנדלט.


ביי חסידי מאכנובקא בעלזא ליגט נאך גוט אין זכרון דער מעמד ראשית הגז וואס איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר צוריק ביים קבר שמואל הנביא אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט פערזענליך קונה געווען א שעפסל און מקיים געווען דערמיט די זעלטענע מצווה פון ראשית הגז. דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער רבי האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פארמאגן אן אייגענעם טלית וואס זאל ווערן געמאכט פון די דאזיגע וואל – א חפץ של מצוה וואס זאל באגלייט ווערן אונטער זיין פערזענליכע השגחה מרישא ועד גמירא.


במשך עטליכע יאר האט מען פרובירט פארשידענע אופנים צו פראדוצירן דעם טלית בתכלית השלימות, אבער הערשט לעצטנס, ווען מען האט אנגעהויבן א פרישן מהלך, איז מען בסייעתא דשמיא צוגעקומען צום געוואונטשענעם רעזולטאט נאכצוקומען די שטרענגע חומרות והידורים, דורך די מומחים פונעם וואלעס טליתים פאבריק אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' ישראל אשר וואלעס הי"ו, וואס איז געבענטשט געווארן מיט א זעלטענע מומחיות צו פראדוצירן טליתים בתכלית השלימות, און בפרט טערקישע טליתים לויט דער קפידא און מסורה פון צדיקי בית בעלזא.


דורכאויס דעם באזוך האט דער רבי שליט"א ארומשפאצירט צווישן די מאשינען און אפאראטן, זיך אומגעקוקט אויף יעדן שטאפל פונעם פראצעדור, און ארומגערעדט איבער דעם מנהג קדוש פון בית בעלזא צו גיין דייקא מיט א "טערקישן טלית". דער יעצטיגער טלית איז פראדוצירט געווארן מיט א קאמבינאציע פון טערקישער וואל אינאיינעם מיט דער ספעציעלער וואל פון ארץ ישראל, מיט וועלכער דער רבי האט דעמאלט מקיים געווען די מצווה פון ראשית הגז.


דער רבי האט מיט גרויס אינטערעסע נאכגעפאלגט די קאמפליצירטע מלאכות וואס ווערן געטאן פאכאמאניש, אנגעהויבן פונעם ניפוץ הצמר ביז דער שזירה פון די פעדימער, וואס ווערן דערנאך צוגעענדיגט דורך אינגעלייט יראים ושלמים. די עוסקים במלאכת הקודש האבן ערקלערט די שטאפלען פון די פראדוקציע, און דער רבי איז אריין אין א לענגערן שמועס מיט די אייגנטומער און ארבעטער ארום דער מלאכת הקודש, און זיי ווארעם אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב.


תגובות


bottom of page