שעות פון התרוממות הנפש ביי געהויבענעם חתונה אין הויפן פון זוועהיל - טרעבישאן - פינסק קארלין
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
חסידי זוועהיל און טרעבישאן זענען נאכן אונטערן רושם, נאכן מיטלעבן די געהויבענע שמחת החתונה בחצרות בית צדיקים, וואס איז געפראוועט געווארן פארלאפענעם מאנטאג ברוב פאר והדר אין שטאט בית שמש, ווען די צוויי אדמורי"ם מנהיגי עדת ישורון האבן אונטערגעפירט זייערע קינדער אונטער די חופה בשעטומ"צ, זעהענדיג ווי עס ווערט נמשך די גאלדענער קייט לשם ותפארת.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הרב זאב שליט"א, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, איידעם פון הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל בעל אמרות טהורות, מיט די כלה בת קדושים א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אינעם זאל "סרה אירועים" אין בית שמש, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, און געהערט ווארימע דברי חרוזין דערמאנענדיג די אבות הקדושים וואס קומען זיך משתתף זיין בשמחת צאצאיהם.
ביים מעמד החופה ברחובה של עיר איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער עלטער פעטער פון חתן הגה"צ גאב"ד זוועהיל, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן דער פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי יוסף שלמה ראזענבוים אדמו"ר ממאהליב, דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף טשערנאוויץ שליט"א, די פעטערס מצד החתן הרה"צ רבי שאול און הרה"צ רבי יוסף גאלדמאן מזוועהיל, און הגה"צ אב"ד צאנז טשאקאווא שליט"א מחותן מצד הכלה, ברכה אחריתא דער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א.
נאך א קורצע הפסקה זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, דער זוועהילער רבי האט פארטיילט לחיים פאר אלע חסידים וועלכע זענען דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב, בעת דער טרעבישאנער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן דעם ציבור און פארטיילט לחיים פאר די חסידים ומעריצים, דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים אין צענטער פונעם זאל, הייבנדיג דעם עולם מיט א פייערליכע טענץ.
פילע אדמורי"ם ורבנים האבן מפאר געווען בראש השמחה, צווישן זיי: האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, וויזניץ בית שמש, בוהוש, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים ירושלים, זוטשקא, קאסוב וויזניץ, נדבורנא ביתר, באסטאן ביתר, שאץ, ביטשקוב, סטראפקוב, קרעטשניף כפר עטה, הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר, גאב"ד קרית הרמ"א, אב"ד מאור חיים ירושלים, דער פעטערס האדמורי"ם מקרעטשניף, פרמישלאן, סאסוב, גאב"ד מאקאווא, אבד"ק מאקאווא אשדוד, קרעטשניף קרית גת, קרעטשניף טשערנאוויץ, מיאלען און נאך פיל.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן דער עלטער עלטער פעטער מצד החתן הרה"צ רבי ישראל גאלדמאן שליט"א זון פון הרה"ק בעל יקרא דמלכא מזוועהיל זצ"ל, דער פעטער האדמו"ר ממיאלען, דער פעטער הרה"צ ר' ישראל משה טווערסקי שליט"א, האדמו"ר מבאסטאן ביתר, הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ דומ"ץ צאנז ביתר און הרה"ג ר' דניאל פייבער אב"ד טרעבישאן. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
דאן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצווה טאנץ, צוערשט איז געטאנצן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, דערנאך כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א עלטער פעטער פון די כלה, דערנאך האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני נכדתו הכלה. דערנאך דער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי שליט"א ואחיו וגיסיו הרבנים קינדער פון הרה"צ רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל, און די פעטע'ס קינדער און איידימער פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל בעל משנת שלמה.
צום קלימאקס האט מען אויפגערופן די געהויבענע מחותנים האדמורי"ם שליט"א, צום ערשט דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א, וועלכער איז געטאנצן לפני בתו הכלה בהתלהבות אש קודש, און דערנאך דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, נאך די געהויבענע טענץ האט זיך די שמחה געשלאסן בהתרוממות עילאה.

















































































































































תגובות