top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מנוחה ושמחה: חסידי וויזניץ וועלן חתונה מאכן אן חובות דורכ'ן נייעם חתונה פלאן "אפריון" פארגעשטעלט ביי אסיפה גדולה

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' בשלח • ז' שבט | בחצרות הקודש

מיט אויפגעראכטענע געפילן און אנטשלאסנקייט צו מאכן אן עק צו די אומדערטרעגליכע חתונה סטאנדארטן, האבן חסידי וויזניץ אויפגענומען דער נייער רעאליסטישער חתונה-פלאן "אפריון" וואס איז פארגעשטעלט געווארן ביי אן אסיפה גדולה אפגעהאלטן דעם מאנטאג פר' בא אין די גיגאנטישע בניני האומה זאלן אין ירושלים פאר כלל חסידי וויזניץ בארה"ק.


דער קריטישער כינוס מיט'ן נאמען "תענוג ונחת" האט פארגעשטעלט א מהלך איינצופעדעמען פרישע מעגליכקייטן צו קענען חתונה מאכן בדרך כבוד, אן זיין אנגעוויזן לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלואתם.


דער זאל איז געווען איבערגעפילט מיט טויזנטער ראשי בית אב לבית וויזניץ ווען דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך הרב יהושע מאנדעל סגן ראש עיר בני ברק, וועלכער האט אויסגערופן מיט פאטאס אז די סוגיא פון חתונה מאכן קינדער וואס שאפט שלאפלאזע נעכט ביי עלטערן, באקומט היינט אן אמת'דיגע רעאליסטישע לעזונג.


מיט גרויס התעוררות האט דאן דער ציבור געזאגט קאפיטל ס"א לרפואתו השלימה פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, פארגעזאגט דורך הרה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א חתנא דבי נשיאה.


געשפאנט האט דער ציבור דאן צוגעהערט דעם דבר הקודש און שליחות צום מעמד דורכ'ן רבי'ן שליט"א געברענגט דורך הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א, פארליינענדיג דעם מכתב קודש וואו דער רבי ברענגט ארויס אז יעדער זאל זיך צושטעלן צו דעם, און מיט'ן כח הרבים וועט מען בעז"ה אסאך אויפטון צו לינדערן דעם קריזיס.


דאן האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ח ר' אברהם אלי' רודיך יו"ר "מפעל עזרת נישואין" דחסידי וויזניץ וועלכער האט אראפגעגעבן וואס ער לעבט מיט ערשטהאנטיג דעם אומגעהויערן לאסט וואס פאלט ארויף אויף עלטערן ביים חתונה מאכן קינדער, ובפרט אין די היינטיגע שווערע מצב הפרנסה, האט דאס געצווינגען דעם מפעל עזרת נישואין נישט בלויז צו העלפן מחותנים בשעת'ן חתונה מאכן, נאר אוועקשטעלן א פינאנציעלע מהלך ווי אזוי עלטערן זאלן זיך קענען צוגרייטן אין די יארן פריער צו קענען חתונה מאכן בדרך כבוד.


דערנאך האט מען געהערט די ווערטער דורך הרה"ג ר' אברהם לעפקאוויטש ראש כולל חושן משפט וועלכער האט בטוב טעם ודעת צולייגט דעם נושא, ווי אזוי מיט א קליינע השקעה דורכאויס די יארן קען מען חתונה מאכן בדרך כבוד.


דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ח ר' מאיר דאמען מנכ"ל "גמ"ח הקהלה" דחסידי בעלזא, וועלכער ארבעט האנט-ביי-האנט מיט עסקני וויזניץ פאר'ן נייעם אפריון חתונה-פלאן, מיטטיילנדיג פאר'ן ציבור די טעכנישע פרטים פונעם פלאן וואס אנטשפרעכט צו ברענגען די געוואונטשענע לעזונג.


געשפאנט האט דער ציבור דאן געוואנדן די אויגן צום פאדיום וואו ס'איז אויפגעוויקלט געווארן דער מייסטערהאפטיגער פלאן, באגלייט מיט די דעטאלירטע אנווייזונגען און הסברים דורך הרב יצחק אייזיק וויזניצער חבר הנהלת אפריון.


דאן איז אפגעהאלטן געווארן א פאנעל דורך די ראשי אפריון, וועלכע האבן געענטפערט מיט א קלארקייט אויף אלע שאלות פונעם ציבור איבער'ן נייעם פלאן.


צום שלוס איז פארגעשטעלט געווארן רייכע מוזיקאלישע פרעזענטאציע דורכ'ן בארימטן בעל מנגן הרב מאיר אדלער, און דער ציבור האט זיך צושפרייט מיט אנטשלאסנקייט צו מיטגיין מיט'ן נייעם פלאן און ברענגען א לעזונג צום שווערן חתונה מאכן קריזיס.



תגובות


bottom of page