top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי פאפא אין מאנסי גרייטן זיך אויף געהויבענעם שבת בצל כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

חסידי פאפא תושבי מאנסי האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם בעפארשטייענדן שבת וואס מען וועט האבן די זכי' מיטצולעבן בצל כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואס וועט אויף קומענדיגן שב"ק פרשת תרומה וויילן אין די שטאט לשמחת לב תושבי העיר.


מיט א צייט צוריק האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו פאר די עסקנים אין מאנסי צו פראווענען א שבת אין שטאט, און אצינד איז געקומען די איבעראשנדע מודעה פון רבינ'ס שטוב אז דער רבי האט באשטימט דעם שבת אויף קומענדיגן פרשת תרומה אנהייב חודש אדר הבעל"ט.


די התרגשות ביי די חסידים איז גרויס, קומענדיג נאך א צייט-אפשניט פון פיר יאר זינט ווען דער רבי האט דאס פריערדיגע מאל געפראוועט א שבת אין מאנסי, שבת פ' בא שנת תשפ"ב, ביים היסטארישן "שבת חנוכת הבית" פונעם בית המדרש הגדול קהלת יעקב פאפא אין מאנסי, וואס איז געווארן איינגעקריצט בקורות ימי פאפא אלס א יום שבתון אין לשכוח.


שטייענדיג יעצט פיר יאר שפעטער ווען די  קהילה האט זיך ב״ה שטארק פארברייטערט און פארמאגט א צאל בתי מדרשים אין אלע עקן שטאט, אין צוגאב צום צענטראלן ביהמ״ד, וואס איז א תל תלפיות פארן ברייטן ציבור עדת חסידי פאפא תושבי העיר, מיט הערליכע מוסדות פון אלע אפטיילונגען, וואס זענען מתנוסס לשם ולתפארה אויף א געהויבענעם שטייגער, גרייט מען זיך ווידער צו א לעכטיגע דערהויבענע שבת מיטן רבי'ן, נאכגעפאלגט מיט געהויבענע ימי הביקור בקרב הקהלה והמוסדות.


אין די יעצטיגער טעג האבן זיך שוין די עסקנים אריינגעלאזט ראשם ורובם אהערצושטעלן דעם גאנצן סדר השבת, און די פרטי הביקור און די ארומיגע טעג, על צד היותר טוב.

תגובות


bottom of page