top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן צוזאמענפאר פון הונדערטער חסידים צום הילולא קדישא ז' שבט אין לעלוב פוילין | ברייטע דעקונג

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פ' בשלח • ט' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN

כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אונטערגענומען א מסע הקודש בראש קהל חסידיו, צו די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע, ז' שבט אין שטאט לעלוב פולין. 


שוין הונדערטער יארן וואס דער טאג ז' שבט דינט אלס א יום שמחה והתעוררות ביי לעלובער חסידים, בפרט אינעם שטאט לעלוב וואס ווירבלט יאר יערליך אין דעם גרויסן טאג - מיט מאסן אידן פון איבער די גארער וועלט, חסידים ואנשי מעשה און פילע בנן של קדושים נכדי בעל ההילולא. 


דורכאויס דעם יארצייט איז געווען צוגעשטעלט אכילה ושתיה ביד רחבה דורכן וועד הכנסת אורחים וואס שטייט אין שפיץ פון הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי הי"ו. צוליב דעם ריזן ציבור זענען אויפגעשטעלט געווארן פינף ריזיגע שאטערס פאר אלע געברויכן, און מען האט אראפגענומען די מערב וואנט פונעם אוהל הקדוש און דאס באהאפטן צו א ספעציעלן טענט צו קענען דאווענען מיט מער הרחבת הדעת.


דאס יאר האט זיך די יומא דהילולא אנגעהויבן מיטן געהויבענעם שבת יארצייט באתרא קדישא דמר, במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א. אויף שבת האט זיך אנגעזען א ריזן ציבור פון קרוב צו זעקס הונדערט חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל און פילע אנדערע שטעט. אזוי אויך די קינדער און איידימער פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצוק"ל, בנו הצעיר האדמו"ר מלעלוב ירושלים, חתנו הגה"צ ר' מענדל גאלד אבד"ק לובלין, און חתנו הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א משגיח ישיבת וויזניץ אין בני ברק.


די געהויבענע שבת יארצייט האט זיך אנגעהויבן מיט א פייערדיגע תפילת קבלת שבת וואו דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד מיט גרויס התעוררות. די עריכות השולחנות זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט אינעם גרויסן שאטער, און די סעודות שבת האט דער גאנצע ציבור געגעסן בצוותא חדא בשבת אחים גם יחד. דער רבי שליט"א האט געגעסן די סעודות מיט די בני משפחת המלוכה נכדי אביו כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצוק"ל. 


מוצאי שבת, ליל ההילולא קדישא, האט דער רבי פארגעדאווענט מעריב פארן עמוד ברוב עם, דערנאך איז געפראוועט געווארן די סעודת מלוה מלכה בתופים ובמחולות מיט א געוואלדיגע שמחה. דורכאויס די סעודה האט הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי יושב ראש הכנסת אורחים דלעלוב און נאמן ביתם פון אדמו"רי לעלוב אויסגערופן אז דער רבי  וועט  אין א זעלטענעם שריט בענטשן מטבעות קודש וואס מען וועט אראפלייגן ביים ציון הק' בשעת די מעמד תפילת רבים און וועלן דערנאך פארטיילט ווערן פאר די גרעסערע תומכים פונעם הכנסת אורחים לסגולה וישועה.


זונטאג אינדערפרי, בעצם יומא דהילולא קדישא, נאך תפילת שחרית און א לחיים טיש וואו די זקני החסידים האבן משמיע געווען סיפורי צדיקים, איז מען ארויף צום ציון הקדוש. מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, ווען דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט קאפיטל נאך קאפיטל. העכער דריי שעה זענען הונדערטער אידן געשטאנען צונויפגעשטופט און געזאגט פרקי תהלים מיט בכיות נוראות, בפרט ביים יהי רצון און שלוש עשרה מידות של רחמים, אויספועל'נדיג אלעס גוטס. 


נאכן אמירת תהילים האט מען געמאכט א מי שברך לרפואתו השלימה פון די צדיקי הדור מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און א באזונדערע מי שברך פאר די אדמורי"ם לבית לעלוב. דאן זענען די נדיבי עם קודש תומכי הכנסת אורחים ד'לעלוב דורך מיט קוויטלעך וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן בשעת די ציבור האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות באגלייט מיט כלי זמר.


 דערנאך איז געפראוועט געווארן די מעמד ההדלקה כנהוג ברחבת הציון, וואו מען האט פארקויפט די זכות ההדלקה כנהוג. הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי הי"ו האט אויפגעטראטן מיט קורצע דיבורים בגודל קדושת וסגולת הזמן, און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן לעבעדיג א לענגערע צייט. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי הונדערטער אידן טאנצן אויף די לעלובער גאסן טראץ די שווערן קעלט און שניי, ווען דער רבי איז עומד על גביהם און מעודד די ריקודין מיט גרויס התלהבות.


נאך די הדלקה האט מען געדאווענט מנחה און דער ציבור האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא רבתי אינעם גרויסן שאטער בהרחבה גדולה. ארום פינף אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום צענטראלן יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער, קאמבינירט מיט די שמחת הבר מצווה פון אן אייניקל פון זיין ברודער הגה"צ רבי יעקב יצחק בידערמאן האדמו"ר מלעלוב ירושלים, א זון פון זיין איידעם הרב אפרים פישל פעלדמאן. אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזען פילע רבנים חשובים און בנן של קדושים, צווישן זיי הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק, הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א, הרה"צ רבי אהרן דוד ראזענבוים מנדבורנא, הרה"צ רבי חיים יצחק קאפף ראש ישיבת פרמישלאן און נאך.


קרוב צו טויזנט אידן האבן איבערגעפילט דעם גרויסן שאטער און מיטגעהאלטן דעם טיש וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום פיר שעה, זייענדיג איין לאנגע קייט פון התרוממות הנפש און שמחה דקדושה, אנגעהויבן מיט ווארימע ניגוני התעוררות דביקות, און שפעטער די פרייליכע ניגוני שמחה. דער הויכפונקט איז געווען ווען מען האט געזינגען די באקאנטע פרייליכע לעלובער ניגונים און דער רבי איז געטאנצן מיט א האנטוך און געהויבן דעם ציבור אין די העכערע ספערן. דערנאך האט דער בר מצווה בחור געזאגט דער פשעטל און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט מיט אים אין א ריקוד של שמחה, באזונדער איז דער רבי געטאנצן א ריקוד נלהב מיט הגאון רבי יצחק דוד גרוסמאן רב מגדל העמק.


א התרגשות'דיגע מאמענט איז געווען ווען אלע בחורים וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט זיווגיםזענען  ארויף אויפן טיש טאנצנדיג עוד ישמע, ווי דער באקאנטער סגולה מאז ומקדם. דערנאך האט מען געמאכט א ספעציעלע מי שברך פאר די בחורים וואס זענען פארפאלנטערט געווארן מיט די גזירת הגיוס, נאך וואס עס איז מקובל פונעם הייליגן אבני נזר וואס האט זיך אויסגעדרוקט בחיים חיותו אז אין לעלוב ווערט מען געהאלפן פון מיליטער.


דערנאך האט מען ממשיך געווען די ריקודין בעוז ותעצומות א לענגערע שעה, בעת מען איז דורך ביים רבי'ן וואונטשן לחיים און ערהאלטן ברכת קדשו בזכותו של אותו צדיק. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו האדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א.


עס איז שוין געווען קרוב צו עלף אזייגער ביינאכט ווען די מעמד איז פארענדיגט געווארן, און דער ציבור האט זיך אנגעהויבן גרייטן אהייצופארן למקומות מושבותיהם מיט פילע זעק פון השפעות ברוחניות ובגשמיות.



תגובות


bottom of page