top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורת הבית: ישיבה-נעץ עטרת שלמה אריינגעשפרינגען אין מולטי-אונטערנעמונג אויפצובויען טויזנטער דירות פאר אברכי הישיבה

  • Bechatzros admin
  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב די וועלט-בארימטע תורה-אימפעריע "ישיבת עטרת שלמה" בארה"ק, איז געמאלדן געווארן איבער א ריזן אונטערנעמונג וואס ווערט געלאזט אין גאנג, אויפצובויען אן אייגענע שכונה אין דער שטאט רמלה מיט טויזנטער דירות אויסשליסליך פאר די בני תורה לומדי הישיבה.


די ישיבה "עטרת שלמה" וואס שטייט בנשיאות הגאון המפורסם רבי שלום בער סורוצקין שליט"א איז אויסגעשטיגן אלס איינע פון די גרעסטע תורה צענטערן איבער די וועלט, און פארמאגט שוין כהיום א פארצווייגטע נעץ פון ישיבות וכוללים און תלמודי תורה, ציילענדיג צו א סך הכל פון נאנט צו 5,000 תלמידים בליעה"ר.


עס נעמט אריין 9 ישיבות גדולות, 18 כוללי אברכים, 10 תלמודי תורה, צעשפרייט לענגאויס ארץ ישראל וואו טויזנטער יונגעלייט, בחורים און ילדי תשב"ר, ווייקן זיך באהלה של תורה און שטייגן אויס לשם ולתפארת.


אין שפיץ איז עומד לנס דער לעגענדארער מקים עולה של תורה ולומדיה, הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, וועלכער איז אריינגעטאן ראשו ורובו מיט'ן שלעפן דעם שווערן עול און איז כסדר מרבה פעלים לתורה מיט'ן מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט פרישע בנינים און סניפים ברחבי ארץ הקודש.


אצינד האט דער ראש ישיבה נאך גרויס הארעוואניע ודמים תרתי משמע מצליח געווען צו שליסן מקח אויף א גיגאנטישן שטח רחבת ידים אין שטאט רמלה, צווישן תל אביב און ירושלים, נעבן לוד, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן א ריזן שכונה מיט טויזנטער דירות ספעציעל צוגעשטעלט פאר די בוגרי הישיבה.


אין די ערשטע פאזע איז געפלאנט די אויפבוי פון טויזנט דירות, געאייגנט פאר יונגעלייט, אלס טייל פונעם אונטערנעמונג דורך די הנהלת הישיבה צו באגלייטן די יונגעלייט און זיי ערמעגליכן צו בלייבן באהלה של תורה נאך די חתונה.

תגובות


bottom of page