top of page
רחמים שאלו: הרבנית הישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אפגעפירט אין שפיטאל אין קריטישן געזונט צושטאנד
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעו שערי שמים: חסידי ראחמיסטריווקא זענען יעצט פארמיאטאג פארבעטן געווארן צו מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה פונעם אמה של מלכות, הרבנית הצדיקת והישישה מראחמיסטריווקא תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל וועלכע איז נארוואס אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן געזונט צושטאנד. די רעבעצען שתחי' וואס איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז היינט פארמיטאג אריין אין א ’סעפטיק שאק’ וואס האט צוגעברענגט


עיני העדה: האד' מגור וועט אריבערגיין קומענדיגן דינסטאג אפעראציע אויף די אויגן
זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש גערער חסידים בכל מקומות מושבותיהם זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן אז כ"ק אדמוו"ר מגור שליט"א איז ערווארטעט די וואך דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה פון מיחושים אויף די אויגן וואס האט אפגעשוואכט די ראיה, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספע


מצב ביי המקובל רבי דב קוק שליט״א פארערגערט; דאקטוירים באטראכטן שווערע שריט רח״ל
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די צייט וואס דער מצב הבריאות ביי המקובל הגה"צ רבי דב הכהן קוק שליט"א איז ליידער שטארק פארערגערט געווארן דורכאויס די לעצטע מעת לעת, טוען אידישע קינדער איבער די גארער וועלט ווייטער מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דעם צדיק תמים ונשגב וואס רבים צריכים לו. דער מקובל געפונט זיך שוין אויף א רעספערעיטאר עטליכע טעג, און דערצו האט זיך אנטוויקלט פארשידענע קאמפליקאציעס אריינגערעכנט א שווערע אינפעקציע, און די דאקטוירים זאגן אז זיי וועלן מ


בקשו רחמים: האד' מוואסלוי אנגעוויזן אויף תפילות ישראל נאכן ליידן לייכטע הארץ אטאקע
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש עורי נא התעוררי נא: אידן איבער די וועלט און חסידים ואנשי מעשה פון די רוזשינער הויפן בפרט, זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, מפארי האדמורי"ם לבית רוזין, וועלכער איז נעכטן נאכט אריינגעפירט געווארן צו די "שיבא" שפיטאל אין תל השומר נאכן ליידן פון הארץ קאמפליקאציעס. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז שוין די לעצטע וואך נישט געווען בקו הבריאות, נאך א שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן ליל ל"ג בעומר ווען


המקובל הגאון הצדיק רבי דוב קוק שליט"א אפגעפירט אין שפיטאל נאכן ליידן פון שווערע לונגען אנטצינדונג
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: היינט אינדערפרי איז הגאון הצדיק המקובל רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה אריינגענומען געווארן צו די לאקאלע פוריה שפיטאל אויף באהאנדלונגען און איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל. דער מקובל ליידט פון א לונגען אנטצינדונג וואס האט צוגעברענגט שוועריקייטן מיטן אטעם וואס איז אין צוגאב צו זיין אלגעמיינער שוואכע געזונט צושטאנד, דעריבער איז ער געווארן צייטווייליג ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר מיטן האפענונג צו סטאביליזירן


עורי נא התעוררי נא: כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש די חסידישע וועלט איז איינגעהילט אין זארג מיטן ערהאלטן די בשורה לא טובה אז כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א פון ארץ הקודש איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה השם ירחם און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת זצוק"ל און אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זצוק"ל, איז ליידער קראנק געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק, און איז ווייטער אנגעגאנגען מיט ז


האד' מתולדות אברהם יצחק אפגעשוואכט פון אנטצינדונג; מעמד ההדלקה אין ביתר מוטל בספק
זונטאג פ' בהר בחוקתי • ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי תולדות אברהם יצחק זענען היינט פארבעטן געווארן ווייטער צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע איז שטארק אפגעשוואכט זינט שבת און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל. דער רבי שליט"א ליידט אנגעבליך פון א אנטצינדונג, און ווערט מאמענטאל באהאנדלט בביתו נאווה קודש מיט די נויטיגע מעדיקאציע. אין ליכט פון דעם זענען די פלענער פאר די מארגנדיגע מעמד ההדלקה רבתי וואס דער רבי שליט"א האט געלאז


גרויסע שבת מיט הרה"צ מבעלזא שליט"א אין הר יונה אפגערופן אין ליכט פון באזארגנדע מצב הבריאות ביי האד' מבעלזא
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א לעצט מינוטיגער טויש אין פלאן איז היינטיגן פרייטאג ערב שבת אפגערופן געווארן די גרויסע שבת אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין הר יונה - נוף הגליל. טראץ די חדשים לאנגע צוגרייטונגען בדמים תרתי משמע צום גרויסן שבת מיט אלע נויטיגע הכנות פולקאם גרייט, האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א געזעהן פאר וויכטיג צו פארבלייבן שבת אין ירושלים אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ליידער שט


ויצעקו אל ה': תפילות בוקע רקיעים ביי "קבר יוסף הצדיק" אין שכם דורך הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ לרפואת אביו האד' מוויזניץ
פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש הייסע תפילות בוקע רקיעים איז די פארלאפענע נאכט פארגאסן געווארן ביים קבר יוסף הצדיק אין שכם, ביים ספעציעלן רירנדער מעמד תפלה וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, לרפואותו השלימה פון אביו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דער רב שליט"א איז אנגעקומען אויף די תפלה מיוחדת צום קבר יוסף הצדיק לרגל ערב ר"ח אייר, דער חודש הרפואה, אני ה' רופאיך, אינאיינעם מיט הגה"צ ר' ישראל מילער שליט"א דומ"ץ וויזניץ, אין באגלי


בקשו רחמים: האד' מהארדענקא אריינגעפירט אין שפיטאל נאך לאנג - פארצויגענע שוואכקייט
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פרייטאג ערב שבת קודש איז כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א לאנג פארצויגענער שוואכקייט וואס האט באטראפן דעם רבי'ן די לעצטע תקופה. שוין דורכאויס יום טוב פסח האט דער רבי שליט"א נישט גוט געשפירט, און איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צוליב זיין חולשה. פרייטאג אינדערפרי נאך א סעריע טעסטן וואס האבן נישט געוויזן קיין שום שינוי לטובה איז דער רבי אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו א לאקאלע שפיטאל אי


האד' מזוטשקא ירושלים אין שפיטאל צוליב הארץ קאמפליקאציעס; וועט אריבערגיין סטענט פראצעדור
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש השתדלו והרבו תחינה ובקשה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א וועלכער גייט יעצט דורך א הארץ פראצעדור אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א ליידט שוין די לעצטע עטליכע יאר פון געוויסע מיחושים אויפן הארץ, און איז שוין אינעם פארגאנגענהייט דורך ענדליכע סטענט פראצעדורן מיט בערך צוויי יאר צוריק. אין די לעצטע תקופה האט דער רבי געליטן פון פרישע מיחושים אויפן


האד' מוויזניץ ארויסגעפארן קיין שווייץ אויף אפרוה נאך סוקסעספולע מעדיצינישע פראצעדור אין דייטשלאנד
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים זענען דערפריידט צו הערן די גוטע בשורה אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל אין מינכען דייטשלאנד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער די וואך, און געפונט זיך אצינד אונטערוועגנס קיין שווייץ וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע טעג זיך אנצושעפן פון פרישע כוחות נאך די מעדיצינישע באהאנדלונגען צו היילן דעם רבי'ן פון די ביטערע מחלה ה"י, וואס איז מיטן אויבערשטנס הילף אריבער מיט גרויס הצלח


אפדעיט: מעדיצינישע פראצעדור ביי האד' מוויזניץ אין דייטשלאנד דורך מיט הצלחה
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פון דייטשלאנד הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען. די פראצעדור האט זיך פארצויגן פאר עטליכע לאנגע שעה'ן מיטן האפענונג צו קענען פארבעסערן דעם רבינס מצב, אין די צייט וואס חסידי וויזניץ בכל מקום שהם האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה, במיוחד ביים מעמד תפילת רבים אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית ו


האד' מוויזניץ ארויסגעלאזט קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה; ראדיאציע באהאנדלונג באשטימט אויף מארגן דינסטאג
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל חסידי וויזניץ איבער די גארער וועלט זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, זיך גרייטנדיג אויף די מארגנדיגע טאג, דינסטאג ויקרא ווען דער מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט דורכגיין די מעדיצינישע פראצעדור אין מינכען דייטשלאנד. נעכטן זונטאג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט לדרכו צלחה קיין דייטשלאנד וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז דעם ענדע וואך אין איינע פון דייטשלאנד'ס מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אין דער


האד' מסאטמאר אריבער סוקסעספולע הארץ פראצעדור אין מאנהעטן
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר בכל מקום שהם האבן היינט מעתיר געווען בתפילה ותחנונים בעת דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מרן יקותיאל יהודה בן פעסיל לאה איז דורכגעגאנגען א פאראויס געפלאנטע הארץ פראצעדור אין שפיטאל. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט געליטן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ, און נאכן דורכפירן א פרישע רונדע אונטערזוכונגען האבן די טעסטן געוויזן אז איינע פון די הויפט אדערן צום הארץ זענען פארשטאפט און די דאקטו


רחמים שאלי: הגה"צ רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר הבד"ץ אנגעוויזן אויף רחמי שמים
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אידן אין ארצינו הקדושה זענען גערופן געווארן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים וחבר בד"ץ העדה החרדית, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען צוליב ערנסטע הארץ קאמפליקאציעס. דער רב שליט"א איז שוין א תקופה נישט בקו הבריאות און איז דעם דאנערשטאג אויפצומארגנס פון שושן פורים אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון פארשידענע מיחושים אויפן הארץ,


שבת היא מלזעוק: האד' מבישטינא געפונט זיך אין שפיטאל צוליב שווערע לונגען אנטצינדונג
פרייטאג פ' תרומה • ג' אדר | בחצרות הקודש היינט ערב שבת פארמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה אפגעפירט געווארן צו די בלינסון שפיטאל אין פתח תקוה, נאך וואס דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג וואס האט גאר אפשוואכן דעם רבינ'ס כוחות. אין די לעצטע פאר טעג איז דער רבי געווען היבש אפגעשוואכט, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל דורכפירן פארשידענע אונטערזוכונגען. היינט ווען עס איז קלאר געווארן אז דער רבי ליידט אויף א לונגען אנטצינדונג, האבן די דאקטויר


פילע אדמור"ים ורבנים מבקר חולה געווען המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א נאכן ליידן א לייכטע סטראוק
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש אין לויף פון די וואך האבן פילע אדמור"ים ורבנים מבקר חולה געווען ביי המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג שליט"א וועלכער ערהוילט זיך די יעצטיגער תקופה נאכן ליידן פון א סטראוק ל"ע, צווישן זיי איז ארויפגעקומען צום רב שליט"א האדמור"ים מדאראג, מודזיץ, זוטשקא, קוזמיר, שאץ, חוג חתם סופר, לעלוב בראנוביץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן רב מערב בני ברק, הרה"צ רבי יצחק משה ארלנגר, הרה"צ רבי יצחק ישעי' האגער בשליחות אביו האדמו"ר


ספר תורה שרוי בצער: זקן ראש הישיבת באייראפע הגאון רבי אליקים שלעזינגער שליט"א אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה אין לאנדאן, וועמענס מצב הבריאות האט זיך ליידער פארערגערט, און מען איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים. דער ראש ישיבה שליט"א, איז די לעצטע תקופה געווען אפגעשוואכט און נאכן דורכפירן די נויטיגע אונטערזיכונגען איז באשטעטיגט געווארן אז דער ראש הישיבה ליידט פון א לונגען אנטצינדונג, נאך עטליכע טעג פון באהאנדלונ


האדמו"ר מבית יצחק ספינקא אריבער אפעראציע מיט הצלחה; חסידי ספינקא מתפלל געווען לרפאותו
מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש תלמידי חסידי ספינקא האבן היינט מתפלל געווען לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבער א פאראויס געפלאנטע אפעראציע אויפן הארץ מיטן האפענונג צו פארגרינגערן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד. דער רבי שליט"א האט די לעצטע תקופה געליטן פון פארשידענע הארץ קאמפליקאציעס, און אצינד האבן די דאקטוירים באשלאסן דורכצופירן א געוויסע אפעראציע מיטן האפענונג אז עס וועט פארבעסערן דעם רבינ'ס צושטאנד לחיזוק כוחותיו בס"ד. היינט מאנטאג


bottom of page
