שבת היא מלזעוק: האד' מבישטינא געפונט זיך אין שפיטאל צוליב שווערע לונגען אנטצינדונג
- לפני 26 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' תרומה • ג' אדר | בחצרות הקודש

היינט ערב שבת פארמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקוה אפגעפירט געווארן צו די בלינסון שפיטאל אין פתח תקוה, נאך וואס דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג וואס האט גאר אפשוואכן דעם רבינ'ס כוחות.
אין די לעצטע פאר טעג איז דער רבי געווען היבש אפגעשוואכט, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל דורכפירן פארשידענע אונטערזוכונגען. היינט ווען עס איז קלאר געווארן אז דער רבי ליידט אויף א לונגען אנטצינדונג, האבן די דאקטוירים געראטן צו שפיטאליזירן דעם רבי'ן פאר די קומענדיגע טעג צו קענען דורכפירן די נויטיגע באהאנדלונגען.
כלל ישראל ווערט געבעטן צו דאווענען לרפואתו השלימה, מרן ישכר בער בן חיה לרפואה שלימה.







תגובות