מצב ביי המקובל רבי דב קוק שליט״א פארערגערט; דאקטוירים באטראכטן שווערע שריט רח״ל
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס דער מצב הבריאות ביי המקובל הגה"צ רבי דב הכהן קוק שליט"א איז ליידער שטארק פארערגערט געווארן דורכאויס די לעצטע מעת לעת, טוען אידישע קינדער איבער די גארער וועלט ווייטער מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דעם צדיק תמים ונשגב וואס רבים צריכים לו.
דער מקובל געפונט זיך שוין אויף א רעספערעיטאר עטליכע טעג, און דערצו האט זיך אנטוויקלט פארשידענע קאמפליקאציעס אריינגערעכנט א שווערע אינפעקציע, און די דאקטוירים זאגן אז זיי וועלן מעגליך זיין געצווינגען אראפצושניידן א האנט רח"ל, צו פארמיידן די פארשפרייטונג פונעם אינפעקציע און זיך ארויסזעהן פון דעם מצב סכנה.
פילע גדולי ישראל זענען ארויסגעקומען מיט רופן פאר כלל ישראל צו איינרייסן און מתפלל זיין לרפואתו פון מרן דב בן שושנה, אינצווישן זיי איז געווען זיין גרויסן שווער הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן אין בני ברק וועלכע האט בעפאר זיין טעגליכן שיעור מעורר רחמים געווען לרפואתו השלימה פון חתנו כבנו דער מקובל, זיך אויסדרוקנדיג מיט אויסטערלישע הפלגות אויף זיין קדושה און פרישות.
אויך די תלמידים פונעם מקובל אין שטאט טבריה האבן פאררופן א גרויסע עצרת תפילה לרפואותו השלימה היינטיגן מיטוואך נאכמיטאג ביים גרויסן שטח פארנט פון די ישיבה פונעם מקובל.
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

