האד' מתולדות אברהם יצחק אפגעשוואכט פון אנטצינדונג; מעמד ההדלקה אין ביתר מוטל בספק
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' בהר בחוקתי • ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי תולדות אברהם יצחק זענען היינט פארבעטן געווארן ווייטער צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע איז שטארק אפגעשוואכט זינט שבת און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל. דער רבי שליט"א ליידט אנגעבליך פון א אנטצינדונג, און ווערט מאמענטאל באהאנדלט בביתו נאווה קודש מיט די נויטיגע מעדיקאציע.
אין ליכט פון דעם זענען די פלענער פאר די מארגנדיגע מעמד ההדלקה רבתי וואס דער רבי שליט"א האט געלאזט אפרעכטן אין שטאט ביתר אדערווייל מוטל בספק, און מארגן מאנטאג אינדערפרי וועלן די מקורבים מאכן אן ענדגילטיגע באשלוס אנבאלאנגט די מעמד ההדלקה געוואנדן אין דעם רבינס מצב הבריאות.
אידן איבער די וועלט זענען מתפלל לרפאותו השלימה והמהירה פונעם רבי'ן, מרן שמואל יעקב בן יענטא און במיוחד וועט מען אויסנוצן דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר איינצורייסן בזכותו פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין וועם דער רבי שליט"א איז אזוי דבוק ומקושר מאז מקדם, למען יאריך ימיו ושנותיו בנעימים, עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים.





תגובות