top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מזוטשקא ירושלים אין שפיטאל צוליב הארץ קאמפליקאציעס; וועט אריבערגיין סטענט פראצעדור

  • לפני 17 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

השתדלו והרבו תחינה ובקשה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א וועלכער גייט יעצט דורך א הארץ פראצעדור אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים.


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי שליט"א ליידט שוין די לעצטע עטליכע יאר פון געוויסע מיחושים אויפן הארץ, און איז שוין אינעם פארגאנגענהייט דורך ענדליכע סטענט פראצעדורן מיט בערך צוויי יאר צוריק.


אין די לעצטע תקופה האט דער רבי געליטן פון פרישע מיחושים אויפן הארץ, און נאך א סעריע אונטערזוכונגען האבן די דאקטוירים באשטעטיגט אז דער רבי דארף וויכטיג דורכגיין נאך א סטענט פראצעדור אויפן הארץ.


ווי געזאגט קומט דער פראצעדור פאר אין די יעצטיגע מיטאג שעות אין די הדסה שפיטאל, מיטן האפענונג אז אלעס זאל דורכגיין כשורה, און דער רבי זאל ווי אמשנעלסטן צוריק קומען צו די כוחות און ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש.


דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן שלמה בן מרים שרה לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.



תגובות


bottom of page