top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסע שבת מיט הרה"צ מבעלזא שליט"א אין הר יונה אפגערופן אין ליכט פון באזארגנדע מצב הבריאות ביי האד' מבעלזא

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א לעצט מינוטיגער טויש אין פלאן איז היינטיגן פרייטאג ערב שבת אפגערופן געווארן די גרויסע שבת אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין הר יונה - נוף הגליל.


טראץ די חדשים לאנגע צוגרייטונגען בדמים תרתי משמע צום גרויסן שבת מיט אלע נויטיגע הכנות פולקאם גרייט, האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א געזעהן פאר וויכטיג צו פארבלייבן שבת אין ירושלים אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביים טאטן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ליידער שטארק אפגעשוואכט די לעצטע תקופה.


אין א מודעה וואס ער האט איבערגעלאזט פאר די חסידים אין הר יונה טוט ער זיך מתנצל זיין פאר די עגמת נפש און פארשפרעכט צו משלים זיין דעם שבת אין אן אנדערע געלעגנהייט ווען דער טאטע דער רב זאל מאריך ימים זיין וועט בס"ד צוריק קומען צו די כוחות בקרוב.



תגובות


bottom of page