ספר תורה שרוי בצער: זקן ראש הישיבת באייראפע הגאון רבי אליקים שלעזינגער שליט"א אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש

אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה אין לאנדאן, וועמענס מצב הבריאות האט זיך ליידער פארערגערט, און מען איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
דער ראש ישיבה שליט"א, איז די לעצטע תקופה געווען אפגעשוואכט און נאכן דורכפירן די נויטיגע אונטערזיכונגען איז באשטעטיגט געווארן אז דער רבי ליידט פון א לונגען אנטצינדונג, נאך עטליכע טעג פון באהאנדלונגען איז ליידער נאך אלס נישט פארהאן קיין שינוי לטובה און די דאקטוירים זענען באזארגט איבער דעם ראש הישיבה'ס צושטאנד נאך וואס די לונגען פונקציאנירן נישט ווי עס באדארף צו זיין.
זיי האבן געראטן ווייטער צו באהאנדלען דעם ראש הישיבה אינדערהיים אויס מורא פון פרישע אינפעקציעס אלס אויסווירקונג פון זיך געפינען צווישן די גרויסע שפיטאל ווענט, ב"ה איז געלונגען אהערצושטעלן די נויטיגע איינריכטונגען פון סאפסיטיקירטע מאשינען וואס פעלט זיך אויס זיך צו קענען אפגעבן מיט די קאמפליצירטע הייל מיטלען און אויפזיכט, מיטן האפענונג אז דער ראש הישיבה, מרן אליקים בן בילא זאל בקרוב צוריק קומען צו די כוחות בבריאות השלימות
היינט איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה בחוצות ירושלים מטעם דער בית דין הגדול שבירושלים העדה החרדית אונטערן קעפל "לקיים בנו חכמי ישראל" מיט א רוף צו שלומי אמוני ישראל מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם ראש הישיבה שליט"א למען יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים.







תגובות