top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עורי נא התעוררי נא: כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

די חסידישע וועלט איז איינגעהילט אין זארג מיטן ערהאלטן די בשורה לא טובה אז כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א פון ארץ הקודש איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה השם ירחם און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.


דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת זצוק"ל און אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זצוק"ל, איז ליידער קראנק געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק, און איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש מיט אן עזות דקדושה טראץ זיין שוואכקייט, זייענדיג כסדר יוצא ונכנס אין שפיטאל מיט עליות און ירידות אין זיין מצב.


מאמענטאל געפונט זיך די רבי שליט"א אין די לניאדו שפיטאל אין נתניה אויף א סעריע באהאנדלונגען, בעת כלל ישראל איז מתפלל לרפואתו השלימה, מרן מרדכי יצחק בן ליבא לרפואה שלימה, דער רבי זאל זיך ערהוילן בקרוב מיטן אויבערשטן'ס הילף און זיך אומקערן געזונטערהייט צו זיין שיינעם הויף אין שטאט בית שמש, און קענען משפיע זיין לאנגע יארן פאר עדת צאן מרעיתו, מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.


והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.

תגובות


bottom of page