top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיני העדה: האד' מגור וועט אריבערגיין קומענדיגן דינסטאג אפעראציע אויף די אויגן

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נשא ב' • ח' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

גערער חסידים בכל מקומות מושבותיהם זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן אז כ"ק אדמוו"ר מגור שליט"א איז ערווארטעט די וואך דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן.


דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה פון מיחושים אויף די אויגן וואס האט אפגעשוואכט די ראיה, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספעציעלע פראצעדור ארום די אויגן, וועט מען קענען פארבעסערן דעם רבינס זיכט בס"ד און דער רבי וועט קענען ווייטער אנגיין מיט די עבוה"ק בלי שום מיחוש.


די אפעראציע איז באשטימט אויף די וואך דינסטאג נשא, בהעלותך אין ארץ ישראל, אין די מדיקל סענטער אין שטאט הרצליה וואס איז די גרעסטע פריוואטע שפיטאל אין ארץ ישראל.


דער רבי שליט''א וועט מארגן מאנטאג ארויספארן קיין הרצליה וואו עס איז ארויסגעדינגען געווארן א פאסיגע אכסניא נישט ווייט פונעם שפיטאל, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אין די נאכפאלגנדע ערהוילונג טעג, ביזן צוריקקומען צו די כוחות און זיך דאן אומקערן אהיים למעון קדשו אין ירושלים.

bottom of page