top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמו"ר מבית יצחק ספינקא אריבער אפעראציע מיט הצלחה; חסידי ספינקא מתפלל געווען לרפאותו

  • Bechatzros admin
  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

תלמידי חסידי ספינקא האבן היינט מתפלל געווען לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, וועלכער איז אריבער א פאראויס געפלאנטע אפעראציע אויפן הארץ מיטן האפענונג צו פארגרינגערן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד.


דער רבי שליט"א האט די לעצטע תקופה געליטן פון פארשידענע הארץ קאמפליקאציעס, און אצינד האבן די דאקטוירים באשלאסן דורכצופירן א געוויסע אפעראציע מיטן האפענונג אז עס וועט פארבעסערן דעם רבינ'ס צושטאנד לחיזוק כוחותיו בס"ד.


היינט מאנטאג אינדערפרי נאך צוויי שמחות הבריתן פון אייניקלעך פונעם רבי'ן איז דער רבי ארויסגעפארן צו די לעניקס שפיטאל אין מאנהעטן וואו עס איז דורכגעפירט געווארן די 4 שעה'דיגע אפעראציע, בעת די חסידים האבן מתפלל געווען לרפואתו.


אין די יעצטיגער נאכמיטאג שעה'ן קומט ב"ה אן די גוטע בשורה, אז די פראצעדור איז אריבער מיט גרויס הצלחה. דער רבי שליט"א וועט נעכטיגן אין שפיטאל פאר אבזערוואציע, און מיטן האפענונג קענען מארגן אהיימקומען און זיך ווייטער ערהוילן מיטן אויבערשטנס הילף. דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן מאיר אברהם אביש בן אסתר רחל בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page