top of page
יחליפו כח: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרו אין 'הר יונה' בארה"ק בצל ידידו וריעו האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דעם זומער אפרייזן קיין ארה"ק און וויילן אויף עטליכע וואכן אויף אפרו אינעם אויפבליענדן ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט "הר יונה". אין די יעצטיגע טעג טוט זיך דער רבי שליט"א ב"ה צוריקכאפן צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין א צאל מעדיצינישע באהאנדלונגען און אמעריקא און אין לאנדאן, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים דארף דער רבי אוועקפארן אויף


הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא וועט אפרעכטן לענגערע ביקור חיזוק בקרב חסידי סקווירא אין בני ברק
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סקווירא תושבי בני ברק, צום געהויבענעם שבת און די ארומיגע טעג בצלו פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער נעמט אונטער א ספעציעלע נסיעה קיין ארץ הקודש במיוחד מחזק צו זיין די סקווירא קהילה אין בני ברק און פראווען א געהויבענעם שבת מיט די חסידים מחוץ לעיר. די סקווערער קהלה אין בני ברק איז נודעת לשם ולתהלה אלס א קהילה נאה וחסידה, וואס פארמאגט א שיינ


הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל געפראוועט אין ירושלים עיה"ק בצל בנו האד' מבלאזוב ריבאטיטש
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך ט"ז תמוז איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל. במקום מנוחתו אין ירושלים עיה"ק איז געפראוועט געווארן די יארצייט דורך בנו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד די יארצייט. דינסטאג אויפדערנאכט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אין בנין פון כולל חבת ירושלים אין עיה"ק ירושלים, מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור


ברוך הבא: האד' מספינקא פראוועט שבת בבית מדרשו אין עיר הקודש ירושלים
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין די טעג איז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18 אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל וואו דער רבי שליט''א וועט פארוויילן דורכאויס די זומער וואכן בקרב חסידיו, בזמן שהצדיק העיר טוט דער רבי פראווענען די שיינע שבתים אין ספינקא ביהמ''ד אויף רחוב ראשית חכמה אין ירושלים, וואו מאסן חסידים ואנשי מעשה דערווארעמען זיך ביי די געהויבענע תפילות און טישן אויפן ספינקא נוסח.


הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער חסידי בעלזא אין מאנסי האבן פארגאנגענע וואך מקבל פנים געווען די חשובער אורח פון ארץ הקודש — הרה"ג רבי ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. הרב ישראל מנחם נחום וועלכע דינט אלס דער מוליך ומביא פון די בעלזער קהילה ומוסדות אין מאנסי ביים זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט לכבוד א חתונה און גלייכצייטיג אויסגענ


האד' מסאטמאר באשיינט יערליכע חומש סעודה פון תלמידי מוסדות סאטמאר אין מאנסי
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ פארלאפענעם וואך זונטאג נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל בבנין הבית רחל 'בנין ניישטאדט' אין מאנסי. ביים ערשיינען צום מעמד האט דער רבי זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, מיט הגה''צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט''א, און די אנדערע חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן. די קינד


האד' מתולדות אברהם יצחק אנגעקומען קיין שיכון מעזריטש - הר יונה אויף אפרוה
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און פרייד האבן חסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע זומער וואכן, בקרב חסידיו. דער אנקום פונעם רבי'ן האט ארויסגערופן באזונדערע התרגשות, נאכדעם וואס עס איז שוין פארלאפן כמעט א גאנץ יאר זינט דער רבי איז דאס לעצטע מאל געווען אין הר יונה. במשך די לעצטע חדשים האט דער רבי, צוליב זי


האד' מוויזניץ בית שמש וועט וויילן אויף אפרוה אין עמנואל; ערשטע רבישע שבת אין נייעם חסידישן ישוב
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און ענטוזיאזם האבן די איינוואוינער פונעם נייעם חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל אויפגענומען די פריידיגע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א האט אויסגעקליבן דעם אויפבליענדן ישוב צווישן די שומרון בערג דארט צו וויילן למנוחת נפשו, זיך אפצרוהן פון די עבודת הקודש און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות לקראת די ירח האיתנים. יאר יערליך פלעגט דער רבי שליט"א וויילן אין די זומער וואכן אויף אפרוה אין קביעות'דיגע קור ערטער


שיינעם באזוך פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין נייע קרית סקווירא אין בעטהעל ניו יארק
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט פאריגן שבת פ' חקת בלק געוויילט אין קרית וויזניץ קייאמישא איז מוצאי שבת אריינגעפארן צום ניי-געגרינדעטן ישוב "קרית סקווירא" אין בעטהעל וואס געפונט זיך בשכינות, צו זען פונדערנאנט דעם נייעם שטעטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך זיין גרויסן פעטער, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איז שוין באזעצט מיט צענדליגע משפחות חסידי סקווירא. ביים אריינפארן אינעם נייעם ישוב, הא


ביקור נימוסין פון האד' ממודזיץ ביי מחותנו האד' מסקווירא נאך שמחת קישור החיתון בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א דעם רבינס פרישער מחותן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וואס איז געווען צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת דער קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ. דער רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון עטליכע קינדער דאראונטער זיין איידעם הרה"צ רבי יוסף שיף שליט"א מליזענסק וואס איז נישט לאנג צוריק געקומען בקשרי שידוכים מיטן סקווערער רבי'ן שליט"א און זיין איידעם דער זוועהילער רבי פון אמעריקא. דער סקוו


קרית יטב לב: האלב מיליאן דאלאר נדבה פאר'ן נייעם ארון הקודש פראקלאמירט ביי שבע ברכות בבית הנגיד ר' הערשל שטערן
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט די וואך באשיינט א שמחת שבע ברכות אין קרית יטב לב, פאר א זוהן פון הרבני הנגיד ר׳ הערשל שטערן הי"ו מבוני ופטרוני העיר, וואו ער געמאלדן איבער א פאנטאסטישע ביישטייערונג פון א האלבע מיליאן דאלאר לטובת דעם נייעם ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אין קרית יטב לב. די שמחה איז פארגעקומען מאנטאג נאכט אין די זאלן פון עטרת פעסיל לאה, בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז ספעציעל


כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN כמדי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל, וואס געפאלט אויס מארגן דינסטאג נאכט ליל ט"ז תמוז, ומנוחתו כבוד במרומי הר הזיתים. דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען בשערי ירושלים עיר הקודש. ביינאכט האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת החתונה בחצר הקודש סלונים פונעם חתן, א זון פון ידידו ורעו


האד' מבאבוב 45 באזוכט בקרב המוסדות אין יוניאן ניו דזשערזי | בילדער
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י ווי באריכטעט איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין יוניאן ניו דזשערזי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. צום ערשט האט דער מנהל, הרב יחיאל גלאנץ, מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידיהון, און דערנאך האבן די קינדער געזאגט די סדר פון די חומש סעודה. דער רבי שליט"א האט דאן געוואונטשן לחיים און


האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג פראוועט געהויבענעם שבת מיט תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. מיט א רגש דקדושה האבן די בחורי חמד, תלמידי ישיבת זידיטשוב פרעמיסלא אין מאנסי, מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת במחיצתו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת בין כותלי הישיבה אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת הישיבה בשליחות הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא שליט"א, וועלכער האט זיך געפינען אין אייראפע, אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים לרגל די יארציי


האד' מטאהש געפראוועט געהויבענעם שבת "בני חביבי" אויף די בערג מיט בחורי חמד תלמידי ישיבת טאהש
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד תלמידי ישיבת "אור החיים" אין קרית טאהש, זענען די טעג אונטערן רושם פונעם געהויבענעם שבת וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ראש הישיבה, וואס דער גאנצער שבת איז געווען מוקדש בלויז פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבה. ערש"ק אין די מיטאג-שטונדן האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אריין צום ספעציעלן קאמפלעקס אין די קאנטרי בערג אין קאנאדע וואס איז אפגעדינגען געווארן, וואו דער ג


שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מבאבוב 45 פארגעקומען אין יוניאן ניו דזשערזי
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י דעם זונטאג אין די מיטאג שעות איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין יוניאן, ניו דזשערסי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. פארנאכטס איז פארגעקומען דארט אין יוניאן די שמחת התנאים פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א מרא דאתרא דק"ק באבוב 45 אין יונ


הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית צוגאסט אין קרית יואל
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אויף פארלאפענעם שב"ק פ' קרח האבן תושבי קרית יואל מקבל פנים געווען פני הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, וועלכער געפונט זיך די טעג אין ניו יארק, און האט אויף שבת קודש געוויילט אין קרית יואל לשמחת לב תלמידיו ומעריציו. אנקומענדיג קיין קרית יואל איז דער חבר הבד"ץ שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט ביותרת הכבוד, און ע


שמחה כפולה: חגיגת הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פאר'ן נייעם בנין ישיבה קטנה ישועות משה וויזניץ אין לאנדאן
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שמחת וחדוות התורה האבן חסידי וויזניץ תושבי עיר הבירה לאנדאן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה און חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולן בנין הישיבה קטנה 'ישועות משה' וויזניץ אין שטאט, ווען בראש עם קודש באשיינט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז געקומען צופארן צו באשיינען דעם מעמד. די שמחה האט זיך אנגעהויבן זונטאג ביינאכט ווען דער רבי שליט"א איז תיכף נאכן אנקומען אין שטאט, צוגעפארן צום שטוב פונעם נדבן הנגיד החסיד ר


גרויסן כינוס חסידי סאטמאר אין מאנטריאל וסיום מסכת שבת במסגרת חבורת "תורתך שעשועי"
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די געהויבענע ביקור המרומם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט מאנטריאל איס געקומען צום קלימאקס ביים גרויסן מעמד "כינוס עדת חסידי סאטמאר תושבי קאנאדא" וואס האט צונויפגעברענגט דעם גאנצן ציבור חסידים ומלכם בראשם דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט משמיע געווען מאמרותיו בנעימים מיט דברי חיזוק והדרכה פאר עדת צאן מרעיתו. דער מעמד איז געווען א שמחה כפולה ומכופלת, ווען מען האט אפגעגעבן שבח והודי' להשי"ת על רוב רחמי


ביקור חיזוק אין "פאנאמא סיטי" דורכן אורח הדגול הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א הויפט רב פון רוסלאנד
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די אידישע געמיינדע אין פאנאמא סיטי, וועלכע געפינט זיך אין צענטראל אמעריקא, האבן פארלאפענעם וואך מקבל געווען פני כבודו פון הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א דער הויפט רב אין רוסלאנד, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר עטליכע טעג, אריינגערעכנט א געהויבענעם שבת, צו באזוכן און דערהייבן די ארטיגע קהילה. די באזוך איז ארגאניזירט געווארן דורך "כולל תורה פאנאמא", והעומד בראשה הגאון רבי מנחם מענדל שוחט שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו


bottom of page
