top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא וועט אפרעכטן לענגערע ביקור חיזוק בקרב חסידי סקווירא אין בני ברק

  • לפני 29 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ''ב תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סקווירא תושבי בני ברק, צום געהויבענעם שבת און די ארומיגע טעג בצלו פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער נעמט אונטער א ספעציעלע נסיעה קיין ארץ הקודש במיוחד מחזק צו זיין די סקווירא קהילה אין בני ברק און פראווען א געהויבענעם שבת מיט די חסידים מחוץ לעיר.


די סקווערער קהלה אין בני ברק איז נודעת לשם ולתהלה אלס א קהילה נאה וחסידה, וואס פארמאגט א שיינעם ציבור פון חסידים ואנשי מעשה המקושרים לאילני דחיי, מיט א הערליכן בית המדרש לתורה ותפילה, בארימטע כוללי אברכים און מפעלי צדקה וחסד לטובת הכלל והפרט.


אלס טייל פון די נסיעות פונעם סקווערער רבינ'ס קינדער צווישן די קהילות הקדושות דחסידי סקווירא איבער די וועלט, מחזק צו זיין די חסידים וואס געפונען זיך בריחוק מקום, איז דאס מאל געפאלן בגורל די שטאט בני ברק וועלכע וועלן פראווענען א שבת אינאיינעם מיטן חשוב'ן גאסט.


הרה''צ רבי יצחק שליט''א וועט לאנדן אין ארץ ישראל דעם מיטוואך מטות מסעי אינדערפרי, און במשך די ימי הביקור וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע מסיבות און מעמדים בקרב הקהילה, וואס וועט ארומנעמען אלע יארגענג באזונדער, די ילדי חן, בחורי חמד, אברכי הכוללים, און זקני העדה, ביי וועלכע רבי יצחק שליט"א וועט משמיע זיין מאמרותיו בדברי חיזוק והדרכה.


דער צענטראלע מעמד קבלת פנים פארן גאנצן ציבור וועט פארקומען מיטוואך נאכט אין די סקווירא ביהמ"ד אין שטאט, וואו עס וועט אויך זיין זמני כניסה צו קענען נהנה זיין עצה ותושיה.


דער הויכפונקט וועט זיין דער געהויבענער שבת מטות מסעי מברכים חודש אב וואס דער גאנצער ציבור וועלן צוזאמען פראווען מחוץ לעיר, כאיש אחד בלב אחד בראשות דעם געהויבענעם גאסט.


כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור אויף דעם שבת, איז  ארויסגעדינגן געווארן די גרויסע בנין פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית, וואו עס וועלן אפגעראכטן ווערן די תפלות ברוב עם הדרת מלך און די סעודות דורך דעם גאנצן ציבור זקנים עם נערים בשבת אחים גם יחד.

bottom of page