top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN

כמדי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל, וואס געפאלט אויס מארגן דינסטאג נאכט ליל ט"ז תמוז, ומנוחתו כבוד במרומי הר הזיתים.


דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען בשערי ירושלים עיר הקודש. ביינאכט האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת החתונה בחצר הקודש סלונים פונעם חתן, א זון פון ידידו ורעו הרה"צ רבי יעקב שמשון בארזובסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א.


מיטוואך און דאנערשטאג האט דער רבי מתפלל געווען ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים והגלילות, ביים מערת המכפלה, קבר שמואל הנביא, קבר שמעון הצדיק, און נאך. דאנערשטאג נאכמיטאג האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און דערנאך זיך משתתף געווען ביים פריוואטן שבע ברכות וואס כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א האט אפגעראכטן בביתו נאוה קודש לכבוד די חתונה פון אן אייניקל.


שבת קודש האט דער רבי געוויילט בקרתא דשופריא אין עיר הקודש ירושלים, וואו פילע אידן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן במשך השבת אין די סאטמארער ישיבה קטנה וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן לכבוד דעם שבת. פרייטאג צונאכטס האט דער רבי שליט"א געפראוועט די סעודת שבת אינאיינעם מיט די היימישע יונגעלייט און בחורים וואס לערנען און וואוינען אין ירושלים און אין אנדערע מקומות.


זונטאג ביינאכט האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים יארצייט טיש בחצר הקודש רחמיסטריווקא לרגל הילולת קדושת הרה"ק ר' דוד מזלאטיפאלי זי"ע. דער רבי איז געזעצט געווארן הארט נעבן דער ראחמיסטריווקא רבי, וועלכער האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און נאכן טיש איז דער רבי אריין אויף א באזוך צום ראחמיסטריווקא רבי'ן, וואו ס'איז געשאפן געווארן א הערליכע שמועס בסיפורי צדיקים און נאך ענינים שונים.


היינט מאנטאג איז דער רבי ארויסגעפארן קיין בני ברק אויף א באזוך ביי הרבנית לאנדא שתחי' אלמנת הגה"צ ר' ישראל לאנדא זצ"ל מדראהביטש, ידיד נעוריו פונעם רבי'ן שליט"א רבות בשנים. נאכדעם איז דער רבי געפארן קיין נהריה אויף א באזוך צו האדמו"ר ר' דוד אבוחצירא שליט"א.


פון דארט איז דער רבי ארומגעפארן צו די מקומות הקדושים אין גליל, אנגעהויבן אין אתרא קדישא מירון, וואו מ'האט געדאוונט מנחה און זיך משתטח געווען ביים ציון הקדוש פון התנא האלקי ר' שמעון בר יוחאי, נאכגעפאלגט אין ריקודין עילאין אינעם חצר המערה. דערנאך אין עיר הקודש צפת, וואו מ'האט זיך געטובל'ט אין די מקוה האר"י און זיך משתטח געווען ביי די ציונים הקדושים פונעם אר"י ז"ל און די חבריא קדישא און די אנדערע צדיקים שרפי מעלה וואס ליגן באהאלטן אויפן אור-אלטן בית החיים אין צפת. פון דארט איז מען געפארן קיין טבריה, וואו מ'האט מתפלל געווען ביי די ציונים הקדושים פון די תלמידי הבעש"ט, און ביי ר' מאיר בעל הנס, דער רמב"ם, דער של"ה הקדוש, ר' עקיבא, און ביים רמח"ל.


נעכטן מאנטאג ביינאכט, ביים צוריקקומען קיין ירושלים, האט דער רבי פוקד געווען דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע בליל הילולא קדישא, און נאכדעם אראפגעגאנגען צום כותל המערבי שריד בית מקדשינו, וואו דער רבי האט געדאוונט תפילת ערבית.



bottom of page