top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור חיזוק אין "פאנאמא סיטי" דורכן אורח הדגול הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א הויפט רב פון רוסלאנד

  • לפני 7 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

די אידישע געמיינדע אין פאנאמא סיטי, וועלכע געפינט זיך אין צענטראל אמעריקא, האבן פארלאפענעם וואך מקבל געווען פני כבודו פון הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א דער הויפט רב אין רוסלאנד, וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פאר עטליכע טעג, אריינגערעכנט א געהויבענעם שבת, צו באזוכן און דערהייבן די ארטיגע קהילה. די באזוך איז ארגאניזירט געווארן דורך "כולל תורה פאנאמא", והעומד בראשה הגאון רבי מנחם מענדל שוחט שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו צו הייבן די כח התורה צווישן די אידישע געמיינדעס אין פאנאמא.


די אידישע קהלה אין פאנאמא וועלכע איז אין די לעצטערע יארן באקאנט איבער איר ווידער אויפבליאונג אין אלע הינזיכטן, סיי די מוסדות החינוך, כוללים, ישיבות, און אלעס ארום, צו דעם איז ארגענעזירט געווארן די ביקור המרומם פונעם אורח הדגול הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א לחיזוק ולביסוס הקהלה, ובמיוחד צו באשיינען ביים היסטארישן מעמד "סיום הש"ס" ווי המוני עמך בית ישראל פון די אידישע געמיינדע אין פאנאמא האבן זיך פאראייניגט תחת קורת גג אחד לכבודה של תורה.


די באזוך האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג פרשת קרח מיט תפלת שחרית אין בית הכנסת "בית קל" אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, נאכפאלגענדיג במשך דעם טאג מיט גייסטרייכע באזוכן ווי דער רב שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די ישיבות און מוסדות התורה אין פאנאמא, צווישן זיי אין תלמוד תורה "תורה אור" און ביי די מיידלעך אין "בית יעקב", ווי ער האט משמיע געווען דברי חיזוק וחסידות, באזונדער האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן פאר די בית יעקב אלו הנשים מיט שטארקע דברי חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די דרך התורה והמסורה.


די שבת מרומם איז אפגעראכטן געווארן צווישן די בתי מדרשים אין שטאט "בית קל" און "שבט אחים" בראשות דעם אורח הדגול, ווען אלס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, סיי די תפלות, מעמדים, דרשות, און אלס ארום.


ערב שבת האבן זיך די תלמידי ישיבה גדולה געשטעלט על כור המובחן אויף מסכת בבא קמא ביים רב וואו עס איז אנוועזנד געווען הגאון ר' אהרן לייב ליין שליט"א דער רב הראשי פון די אשכנזישע קרייזן און דער שליח ראשי אין פאנאמא.


דער הויכפונקט פונעם ביקור המרומם איז געווען מוצאי שבת, ביים גייסטרייכן "חגיגת סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברי הקהלה. די מעמד איז באקרוינט געווארן מיט די השתתפות פון אלע רבני הקהלות פון שטאט מיט א פאראייניגטע כח האחדות, ווי מען האט אינאיינעם געפייערט און צעמענטירט די עתיד היהדות פון פאנאמא, און עס איז געהערט געווארן הארציגע דרשות חיזוק ללימוד התורה, באזונדער א הארציגע דרשה פון א יליד רוסלאנד, וועלכע האט געשילדערט זיין 'תורה שלמדתי באף' אונטער די קאמאניסטישע פארהאנג.


באותו מעמד איז פארגעקומען די אויפנאמע פאר פרישע רבני הקהלות, צווישן די דרשות האט מען געהערט די דרשת פרידה פון די ספרדישע רב הראשי אין שטאט הרב דוד פרץ שליט"א, וועלכע האט זיך געזעגענט נאכן דינען פאר לאנגע יארן אלס רב הקהלה, ווען צו זיין זייט איז געזעצן די נייע רב, הרב סילווראה רב קהלת "שבט אחים" וועלכע הייבט יעצט אן זיין נייע אמט נאכן ווערן אויפגענומען אלס רב הראשי לעדת הספרדים אין פאנאמא.


איידערן מעמד הסיום איז פארגעקומען א פריוואטע מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רב שליט"א דורך אלע רבנים ומנהיגי הקהלות עסקני ואישי הציבור אין פאנאמא, אזוי אויך די באאמטע פון די ארטיגע אמבאסאדאר און קאנסולאט.


 צומארגנ'ס זונטאג איז דער חשובע גאסט אנגעקומען אין שטוב פונעם נייעם רב הראשי הרב סילווראה, ווי מען האט פארברענגט בידידות א לענגערע צייט, און אויסגעשמועסט די פלענער וויאזוי אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש מיט א צוזאמענארבעט אינאיינעם מיט אלע קהלות אין שטאט.


באזונדער האט דער רב שליט"א פארברענגט מיט די תלמידי ישיבת "אהל תורה" פון בארא פארק, וועלכע האלטן זיך אויף אין די זומער וואכן אין א קעמפ אין פאנאמא.


מיט דעם האט זיך פארענדיגט די דערהויבענע היסטארישע דריי טאג'יגע רייזע קיין פאנאמא, וועלכע איז געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, און האט איבערגעלאזט א אומבאגרייפליכע חיזוק פאר די אידישע געמיינדעס אין שטאט, מיט פרישע כוחות להרחיב את גבולי הקדושה וטהרה אין אלע הינזיכטן.



bottom of page