האד' מוויזניץ בית שמש וועט וויילן אויף אפרוה אין עמנואל; ערשטע רבישע שבת אין נייעם חסידישן ישוב
- לפני 57 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה און ענטוזיאזם האבן די איינוואוינער פונעם נייעם חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל אויפגענומען די פריידיגע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א האט אויסגעקליבן דעם אויפבליענדן ישוב צווישן די שומרון בערג דארט צו וויילן למנוחת נפשו, זיך אפצרוהן פון די עבודת הקודש און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות לקראת די ירח האיתנים.
יאר יערליך פלעגט דער רבי שליט"א וויילן אין די זומער וואכן אויף אפרוה אין קביעות'דיגע קור ערטער, היי יאר אבער, מיט דער התייסדות און אויפבלוה פון דער נייער קהילה דחסידי וויזניץ בית שמש אין עמנואל, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו דאס יאר צו וויילן אויף אפרוה דארט אין עמנואל, ווען אין די זעלבע צייט וועט דאס דינען אלס א געוואלדיגע חיזוק פאר דער נייער ישוב, און א געלעגנהייט פאר די חסידים און די אנדערע חסידישע תושבים אין שטאט זיך מסתופף צו זיין במחציתו פונעם רבי'ן, בפרט פאר חברי ק"ק וויזניץ בנשיאות דעם רבינס שווער מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, וואס ביידע קהילות ארבעטן כסדר מיט א צוזאמנארבעט, און לעת עתה, רעכטן זיי אפ די תפילות בצוותא חדא אינעם זעלבן בית המדרש.
לויטן פלאן וועט דער רבי שליט"א אנקומען אינעם ישוב דעם סוף וואך פרשת מטות-מסעי, און וועט דארט פארבלייבן א גאנצע וואך אויף אפרוה ביז סוף וואך פרשת דברים. דער קלימאקס פונעם באזוך וועט זיין דעם קומענדיגן שב"ק פרשת מטות מסעי, מברכים חודש אב, ווען דער רבי שליט"א וועט פראווען די תפילות און שולחנות הטהורים בתוככי הישוב לשמחת לב תושבי העיר, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס א רבי א מנהיג עדה קדושה וועט פירן א שבת אין דער שטאט, וואו די תושבים וועלן האבן די געלעגנהייט זיך אנצושעפן מלוא חפניים ביי די תפילות און טישן וואס וועלן אפגעראכטן ווערן מיט גרויס דערהויבנקייט אויפן וויזניצער שטייגער.
במשך די טעג וועט דער רבי שליט"א אויך אויסנוצן די געלעגנהייט ארומצוגיין צווישן די מוסדות התורה און די קהילות הקודש אין עמנואל, זיך אומקוקן אויף דעם שנעלן וואוקס, און מחזק זיין דעם הערליכן אויפבלוה פונעם נייעם חסידישן שטעטל בכרם בית ישראל.





תגובות