top of page
האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אין באיאנער קלויז אין עמנואל לכבוד ראש חודש מנחם אב
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער האט ווי באריכטעט געוויילט די לעצטע וואך אינעם נייעם ישוב עמנואל אויף אפרוה, איז דעם מיטוואך ראש חודש מנחם אב אנגעקומען צו תפילת שחרית אינעם באיאנער קלויז, נאך דער פערזענליכער איינלאדענונג פונעם רב הקהילה הרה"ג ר' מרדכי שלמה פריינד שליט"א. צום דאווענען האבן זיך איינגעזאמלט די פילע אברכי ק"ק באיאן, וואס ציילן שוין היינט קרוב צו א הונדערט משפחות בליעה"ר. דער רבי שליט"א א


תושבים פון נייעם חרדישע ישוב אין שטאט עמנואל האלטן מיט געהויבענער שבת בצל האד' מוויזניץ בית שמש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.ש. שטיגליץ די תושבים פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין שטאט עמנואל, האבן מיטגעהאלטן א גאר געהויבענעם שבת קודש, בצל כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגער טעג אין שטאט למנוחת הנפש, זייענדיג גאס ערשטע מאל וואס א רבי א מנהיג עדה קדושה בישראל, האט געפראוועט א גרויסער שבת אינעם ישוב. דער גאנצער באזוך און בפרט דעם געהויבענעם שבת איז געווען דעם געשפרעך פון טאג ביי אלע אינוואוינער פון שטאט, א


האד' מוויזניץ בית שמש וועט וויילן אויף אפרוה אין עמנואל; ערשטע רבישע שבת אין נייעם חסידישן ישוב
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און ענטוזיאזם האבן די איינוואוינער פונעם נייעם חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל אויפגענומען די פריידיגע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א האט אויסגעקליבן דעם אויפבליענדן ישוב צווישן די שומרון בערג דארט צו וויילן למנוחת נפשו, זיך אפצרוהן פון די עבודת הקודש און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות לקראת די ירח האיתנים. יאר יערליך פלעגט דער רבי שליט"א וויילן אין די זומער וואכן אויף אפרוה אין קביעות'דיגע קור ערטער


געהויבענער ט״ו בשבט טיש און שבע ברכות רבתי אין קרית וויזניץ בראשות האדמורי״ם לבית וויזניץ שליט״א
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער חסידי וויזניץ האבן מיטגעהאלטן געהויבענע שעה'ן של עוז וחדווה און התעלות דקדושה, ביי די מעמד נהדר שצדיקים מסובין בה, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם מאיעסטעטישן היכל ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, אין שפיץ פון די ראשי עם קודש האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ; מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מווויזניץ קייאמישע שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וואס האבן אינאיינעם מעריך געווע


ישמח ישראל: רירנדע שעה'ן פון שמחה, תפלות והודאות ביי היסטארישע חתונה בשמחת בית וויזניץ
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פילע טויזנטער חסידי וויזניץ פון איבער דער גארער וועלט זענען נאך אונטער'ן אומפארגעסליכן רושם פון די היסטארישע וויזניצע חתונה וואס האט פאראייניגט אלס זיידעס עטליכע אדמורי"ם לבית וויזניץ, ומלכם בראשם, דער גרויסער עלטער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די שמחת בית צדיקים האט געטראגן א התרגשות'דיגע באדייט ביי די טויזנטער וויזניצער חסידים אין ארץ ישראל, זייענדיג די ערשטע חתונה פון א דור רביעי ביי מרן אדמו"ר מוויזני


האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט בבתי האדמור"ים לקראת די שמחת החתונה פון א אייניקל | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש אין בעפארברייטונג צו די מארגנדיגע חתונה פון א אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מוויזניץ בית שמש שליט''א האט דער רבי אין די טעג באזוכט בבתי האדמור"ים קרובי המשפחה איינצולאדענען צו די שמחה. פארגאנגענעם מיטוואך האט דער רבי באזוכט אין בני ברק ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א און ביי כ"ק אדמו"ר ממאכנובקא בעלזא שליט"א. אזוי אויך אין רחובות ביים מחותן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און אין אשדוד ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א. מוצאי שבת


האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אינעם נייעם אויפבליענדן ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש דער נייער חרדישע ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל האט נעכטן געהאט זי זכי' מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט זיך אומצוקוקן אויף די ווייטערדיגע פארשריט אין די נייע אויפבליענדע שכונה "קרית נועם אלימלך" אין שטאט, געווידמעט פאר הונדערטער משפחות פון די חסידישע קרייזן, דאוראונטער צענדליגער משפחות חסידי וויזניץ בית שמש וועלכע פלאנען זיך ארויסצוציען קיין עמנואל אין די נאנטע צוקונפט. די ב


קרית צאנז: האד' מצאנז איז מבקר חולה ביי האד' מוויזניץ בית שמש נאך אפעראציע
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אין זיין אכסניא נעבן קרית צאנז, וואו די וויזניצער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש נאך א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור וואס די רבי איז אריבער די פארגאנגענע וואך. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלומו הטוב, און ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער עניני רפואה און סיפורי צדיקים. נאכן באזוך האט די צאנזער רבי שליט"א געוואונטשן א רפואה שלימה און ד


בשעה טובה ומוצלחת: נייע יישוב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל באשטעטיגט
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך בחצר הקודש וויזניץ בית שמש צו א היסטארישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, מיטן אוועקשטעלן א נייע מקום מושב דחסידי וויזניץ בית שמש אין שטאט עמנואל, אלס א לעזונג פאר'ן שווערן דירות קריזיס און דעם מאנגל אין פאסיגע וואוינערטער אין די גרויסע שטעט פון ארץ ישראל. נאך א תקופה וואס די כסדר'דיגע וואוקס פון פרישע משפחות שטייגט בליעה"ר אויף א שטוינענדע פארנעם, און דערצו זענען די וואקסענדע הויכע דירות פרי


האד' מוויזניץ בית שמש היינט אריבער א לייכטע אפעראציע מיט הצלחה ב"ה
מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אריבער א לייכטע און פאראויס געפלאנטער אפעראציע צוליב א בראך פון וואס די רבי האט געליטן די לעצטע תקופה. די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך הויכראנגיגע פראפעסארן אין די אסותא שפיטאל אין תל אביב, און בחסדי שמים הערט מען ב"ה אז אלעס איז אריבער מיט הצלחה. די רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבערנאכט, אונטער די אופזיכט פון די דאקטוירים, און מארגן דאנערשטאג וועט


ווידיאו • האד' מוויזניץ בית שמש ביי הבדלה בבית האכסניא אין סאו פאולו בראזיל
זונטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


היסטארישע וויזניצע סיום "קשר נצחי" וועט פארקומען אין ריזן "ברוקלין סטורהאוז" ארענע אין ברוקלין נעווי יארד
מיטוואך פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען ארום די גראנדיעזע געמיינזאמע חגיגה אדירה "קשר נצחי" וואו...


הדרן עלך: חסידי וויזניץ אין אמעריקע אין עקסטאז צו היסטארישע חגיגה "סיום סדר נזיקין והתחלת ש"ס" דורך חבורת "מאמר מרדכי"
מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש מיט אומבאגרעניצטע פרייד נעמען אויף חסידי וויזניץ אין אמעריקע אז ס'איז ענדגילטיג באשטעטיגט...


חתנא דבי נשיאה: האד' מוויזניץ בית שמש וויילט שבת סליחות בצל חותנו האד' מוויזניץ
זונטאג וזאת הברכה ב' • י"א תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שפ"ה - JDN א שיינעם שבת איז אפגעראכטן געווארן פארלאפאנעם שבת סליחות...


האד' מוויזניץ בית שמש פראוועט שבת בקרב בני קהילתו אין בני ברק
זונטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שפ"ה די וואך שבת פ' שופטים האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א...


האחים האדמור"ים מוויז'ניץ וועלן מהיום והלאה אננעמען סנדקאות און עפענען בתי מדרשים אין אנדערע שטעט
זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: באדיבות המצלם אין א דראמאטישע שריט פון שלום ושלוה ווערט היינט באקאנט...


האד' מוויז'ניץ בית שמש ביים ציון הק' פון זקינו הרה"ק בעל 'אהבת ישראל' מוויז'ניץ זי"ע לכבוד די יארצייט
זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איתי קצב


האד' מוויז'ניץ בית שמש באזוכט אין ישיבת 'אהל משה' אין שטאט לעיקוואד
מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין לעיקוואד לטובת מוסדותיו...


מודעות • סדרי וזמני ההילולא פון הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויז'ניץ זי"ע בצל בניו האדמור"ים שליט"א
זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש מודעות קרעדיט: אנ"ש וויזניץ מיט רגשי קודש און בענקענדיגע געפילן גרייטן זיך טויזענטער...


טרויער נאך פלוצלינגדיגע פטירה פון הרה"ח ר' יחיאל האס ע"ה משב"ק האד' מוויז'ניץ בית שמש
מאנטאג פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש מיט פארווייטאגטע געפילן האבן פילע גוטע פריינט, חסידי וויזניץ, באקאנטע און בני משפחה,...


bottom of page
