זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
מודעות קרעדיט: אנ"ש וויזניץ
מיט רגשי קודש און בענקענדיגע געפילן גרייטן זיך טויזענטער וויזניצע חסידים אפצורעכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן, הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זיע"א, שטייענדיג גאנצע זעקס יאר זינט יענעם שווערן טאג כ"ט אדר תשע"ח, ווען עס איז געווען חשכו המאורות.
נאכדעם וואס די יארצייט פארלאפענעם חודש אדר ראשון איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת, ווערן געמאכט ספעציעלע צוגרייטונגען צום יעצטיגן הילולא קדישא וואס וועט ווערן אפגעראכטן במקהלות עם רב טויזנטער חסידים פון איבעראל וועלכער וועלן פראווען די יום קדוש מבואו ועד צאתו בצילם פון די זרע קודש כ"ק האדמורי"ם שליט"א ממשיכי דרכו בקודש.
מארגן מאנטאג פארנאכטס לעת ערב וועט געפראוועט ווערן די סעודת הילולא רבתי אין בית המדרש הגדול אין שיכון וויז'ניץ מאנסי אין שפיץ פון די ברודער האדמורי"ם שליט"א פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, מאנטריאל, בית שמש, און בארא פארק. בנו כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א וועלכער איז געווען צוגאסט אין ניו יארק אויף די יארצייט פארלאפענעם חודש אדר א' וועט אפרעכטן די יארצייט טיש אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין לאנדאן.
דורכאויס די טאג וועלן פילע אידן שטרוימען צום וויזניצער בית החיים אין מאנסי פוקד זיין דעם ציון הקדוש להיפקד בדבר ישועה ורחמים, אין שפיץ פון די קינדער האדמורי"ם שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' צוועלף אזייגער מיטאג, און נאכמיטאג אויפנעמען דעם ציבור להיזכר לטובה בהאי יומא רבה, ביז זעקס אזייגער ווען מען וועט דאווענען מנחה אין ביהמ"ד אמרי חיים וויז'ניץ אין מאנסי.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' צוויי אזייגער נאכמיטאג, און דערנאך פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק מסקווירא זי"ע אויפן בית החיים אין שיכון סקווירא לקראת די יומא דהילולא קדישא דעם מיטוואך ב' ניסן, שפעטער נאכמיטאג וועט דער רבי אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יודא יואל ראזענפעלד.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' פיר אזייגער נאכמיטאג, און דערנאך אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מענדיל פינקאסאוויטש.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים וועט ארויפגיין צום ציון הק' דריי אזייגער נאכמיטאג, אין דערנאך נאכמיטאג וועט דער רבי אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון ר' ברוך משה ראזענפעלד.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א וועט דאווענען שחרית אין בנין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי און ארויפגיין צום ציון הק' צוועלף דרייסיג מיטאג, און דערנאך אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' חיים מאיר ציג.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וועט דאווענען שחרית אין ביהמ"ד אמרי חיים וויזניץ אין מאנסי און אום 1:15 מיטאג ארויפגיין צום ציון הק', און דערנאך אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון הרב החסיד ר' יצחק הערצאג.
נכדו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א וועט אין לויף פונעם טאג אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מאיר זלמן שטעג און וועט אום פינף אזייגער נאכמיטאג ארויפגיין צום ציון הק' בראש קהל חסידיו.
Comments