top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ בית שמש היינט אריבער א לייכטע אפעראציע מיט הצלחה ב"ה

  • sfbechatzros
  • לפני שתי דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' חי שרה • כ''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אריבער א לייכטע און פאראויס געפלאנטער אפעראציע צוליב א בראך פון וואס די רבי האט געליטן די לעצטע תקופה. די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך הויכראנגיגע פראפעסארן אין די אסותא שפיטאל אין תל אביב, און בחסדי שמים הערט מען ב"ה אז אלעס איז אריבער מיט הצלחה.


די רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבערנאכט, אונטער די אופזיכט פון די דאקטוירים, און מארגן דאנערשטאג וועט די רבי בעז"ה באפרייט ווערן פון שפיטאל. די רבי וועט פארוויילן דורכאויס די קומענדיגע וואך אין שטאט נתני' בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' אהרן האלפרין הי"ו וואו די רבי וועט זיך אפרוען און צוריק קומען צו די כוחות מיטן אויבערשטנס הילף.


די קומענדיגע סוף וואך פ' תולדות וועט די רבי שליט"א ארויספארן קיין לאנדאן לטובת מוסדותיו הק', וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פון א פולע וואך, שבת וועט די רבי פראווענען אינאיינעם מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א בחצר קדשו אין די סטעמפארד הילל געגענט.

bottom of page