top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ישמח ישראל: רירנדע שעה'ן פון שמחה, תפלות והודאות ביי היסטארישע חתונה בשמחת בית וויזניץ

  • Bechatzros admin
  • 11false47 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 6 דקות

מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

פילע טויזנטער חסידי וויזניץ פון איבער דער גארער וועלט זענען נאך אונטער'ן אומפארגעסליכן רושם פון די היסטארישע וויזניצע חתונה וואס האט פאראייניגט אלס זיידעס עטליכע אדמורי"ם לבית וויזניץ, ומלכם בראשם, דער גרויסער עלטער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


די שמחת בית צדיקים האט געטראגן א התרגשות'דיגע באדייט ביי די טויזנטער וויזניצער חסידים אין ארץ ישראל, זייענדיג די ערשטע חתונה פון א דור רביעי ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס ווערט געפראוועט אין ארץ ישראל, האבנדיג אן ערשטמאליגע זכי' זיך מיטצופרייען בשמחת רבם ומאורם אויף אזא געהויבענעם פארנעם.


ספעציעל איז דאס התרגשות אריבער אלע גבולים ווען עס האט ארויסגעשיינט במשך די שעה'ן לאנגע שמחה די איבערמענטשליכע מסירת נפש'דיגע עבודת ה' בשמחה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז בלויז דעם טאג געווען אין שפיטאל אנצוהייבן א פרישע סעריע גאר שווערע באהאנדלונגען, און במשך די גאנצע שמחה האט ער באשיינט מיט אן אומבאגרייפליכע צהלת פנים וואס האט ארויסגעשריגן אז "יש בורא עולם".


בשעטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה  די חתן א אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא שליט"א, זון פון הרה"צ רבי שלמה כהנא אדמו"ר מספינקא ירושלים.


דער בנין האדיר "בית וויזניץ" איז אהערגעשטעלט געווארן מיט די מאקסימאלסטע אקמאדירונג מעגליכקייט צו קענען ארייננעמען די איבערפלייץ פון פילע טויזנטער חסידים, סיי פון ארץ ישראל, און סיי די הונדערטער חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון אומעטום, ספעציעל דער גרויסער ציבור פון אריבער 250 חסידי וויזניץ קייאמישע וואס זענען אויפגענומען געווארן מיט פאסיגע כבוד במשך די גאנצע שמחה.


אנגעהויבן פון די נאכמיטאג שעה'ן האבן די חוצות קרית מלך רב קרית וויזניץ בני ברק אנגעהויבן ווירבלען מיט טויזנטער חסידים וואס האבן אנגעהויבן איבערפילן דעם ריזן בית וויזניץ, ווען צו דער זעלבער צייט קומט דער גרויסער עלטער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אהיים פון די אכסניא אין מושב אורה, צו די חתונה הגדולה.


איידערן קבלת פנים האט דער וויזניצער רבי פון קייאמישע געדאוונט מנחה מיט די חסידים אינעם בית תורה אין בנין ביהמ''ד הגדול אין קרית וויזניץ. דער וויזניצער רבי פון בית שמש האט געדאוונט מנחה מיט די בחורי החסידות אין די ישיבה ביודא נאכגעפאלגט מיטן מעמד הכוללות קוויטל כנהוג.


ארום 4:00 אזייגער נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן דער מעמד קבלת פנים, ווען די זיידעס, די צוויי ברידער כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ קיימישא און בית שמש קומען אריין אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט'ן חתן און שושבינון.


מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים כמנהג וויזניץ, און א רגש עצום האט באנומען דעם ציבור ביים מקבל פנים זיין דעם עלטער-זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז ערשינען על ראש שמחתו.


אין אן אומגעראכטענע שריט האט דעם רבי'נס איידעם, האדמו"ר מוויזניץ בית שמש, אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי כיבושין והתעוררות, אויפפאדערונג דעם גאנצן ציבור אויסצונוצן דעם עת מסוגל מעתיר צו זיין לרפואתו השלימה פונעם שווער, דער רבי שליט"א, ווי די גמרא זאגט ת"ח שחלה צריך שיחלה עליו, ארויסברענגענדיג אז ווען דער ראש פונעם דור איז נישט געזונט, ווייזט דאס אויפ'ן גאנצן דור, דער רבי איז נאר א שליח, דארפן מיר מעורר רחמים זיין אויפ'ן גאנצן כלל ישראל.


דער רבי פון בית שמש האט מעלה געווען על נס די אהבה בלי מצרים וואס דער שווער דער רבי שליט"א האט גענאסן ביים הייליגן זיידן דער אמרי חיים און דער ישועות משה, און ביים פאטער דער תורת מרדכי, ובזכות שלשת אבות וואס קומען דא אראפ וועלן זיי משפיע זיין ישועות ורפואות און אלע גוטע השפעות.


דער בדחנא דמלכא הרב בנציון ברעכער האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דברי כיבושין לעורר זכות אבות, און מעורר געווען דעם ציבור מתפלל צו זיין פאר'ן רבי'נס געזונט.


מ'איז ארויס צו באדעקן, די זיידעס האדמורי"ם האבן אנגעטון די קיטל פאר'ן חתן, און מ'איז ארויס צו די חופה. די גאסן פון קרית וויזניץ זענען געווען שווארץ פון טויזנטער משתתפים וועלכע האבן מיטגעלעבט די התעוררות'דיגע מאמענטן מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט.


דער עלטער-זיידע מרן מוויזניץ איז געזיצן אונטער א פלאסטישע פארהאנג, צו באשיצן פון די קעלט, און אזוי אויך שפעטער במשך די גאנצע חתונה איז דער רבי געזיצן אויף א באשיצטן אופן, און די גבאים זענען געווען אנגעטון מיט מאסקעס, אויך האבן די רבנים נישט געגעבן די הענט פאר'ן רבי'ן, כדי מונע צו זיין פרישע אינפעקציעס.


דער ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויזניץ איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, די עדי קידושין זענען געווען הגה"צ רבי פנחס יוסף מאנדרער האדמו"ר מקאסוב ירושלים און הגה"צ רבי ירמי' גאלדהירש דומ"ץ קרית וויזניץ קייאמישע.

הגה"צ ר' מנחם ערנסטער ראש ישיבת וויזניץ איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א.


נאכן חופה האט די זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ האט משמיע געווען ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן מחול לצדיקים.


צווישן די חופה און ד חתונה האבן די זיידעס כ"ק האדמורי"ם פון בית שמש און קיימישא געדאוונט מעריב אין בנין הת"ת אין שיכון וויזניץ, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר די חסידים דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב. דערנאך האט האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע אויפגענומען א ענגע צאל נגידים און אנשים חשובים מיט קוויטלעך בביתו נאווה קודש פונעם זיידן דער אמרי חיים אין שיכון וויזניץ.


די סעודת החתונה איז פארגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד, וואו ס'איז געווארן הערליך צוגעגרייט די טויזנטער זיץ פלעצער, און באזונדער צוגעגרייטע פלעצער פאר די הונדערטער געסט חסידי וויזניץ קיימישא, וואו די עסקנים פון חצר הקודש וויזניץ בית שמש האבן געזעצט די געסט פון אויסלאנד  איש על מחנהו ואיש על דגלו.


אנהייב סעודה זענען די זיידעס האחים האדמורי"ם ערשינען אין ביהמ"ד און זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ברידערליכע ריקודין. שפעטער ארום 8:30 איז דער עלטער-זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ ערשינען צום פיל-געפאקטן ביהמ"ד וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי לאזט זיך ארויס אין פלאם פייערדיגע טענץ און מעודד די ניגונים בצהלת פניו המאירים.


נאך עטליכע מינוט האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודת החתונה, און די בעלי השיר האבן ממשיך געווען מיט פרייליכע ניגוני הודאה, און ניגוני פסח ושירת הים, שטייענדיג פרשת בשלח, וקריאה מעורר הזמן.


במשך די שמחה האבן באשיינט פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים, קרובי המשפחה צווישן זיי: האדמו"רים מסערט וויזניץ, טשערנאביל, מאחנובקא בעלזא, קרעטשניף ירושלים, דזיקוב וויזניץ, קאסוב וויזניץ, טשארנאביל, שומרי אמונים אשדוד, שאץ וויזניץ, ראחוב, לינסק, ביטשקוב, און נאך פיל.


מיט למעלה מדרך הטבע'דיגע כוחות האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט מיט פלאם פייער אינעם "יש בורא עולם" טאנץ, כדרכו בקודש, אנגעכאפט מיט די די צוויי זיידעס האדמור"ים מוויזניץ, אריינשלעפנדיג דעם ציבור אין א שטראם פון שמחה עילאה, ואשרי עין ראתהו. צווישן די ניגונים האט דער רבי עטליכע מאל משמיע געווען קורצע דברות קודש, ארומקאכנדיג איבער די ניגוני קדוש וואס מ'האט דאן געזינגען, א שטייגער ביים "רבי ר' אלימלך'ס ניגון", דער "גערער ריקוד".


ביים זינגען דעם ניגון בעש"ט "אימתי קאתי מר", האט דער רבי אפגעשטעלט דעם בעל מנגן הרב יעקב דאסקאל און געפרעגט "וואס איז דער דרך הבעל שם?" אויף וואס ר' יעקב האט געענטפערט "אז מ'טוט גוטס מיט אידן" פון וואס דער רבי האט שטארק הנאה געהאט, און ווייטער מעודד געווען די פרייליכע טענץ.


מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן דער זיידע אדמו"ר מוויזניץ בית שמש, ברכות ראשונות דער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחוב, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון אשדוד.


נאך א קורצע הפסקה צוגרייטנדיג דעם ביהמ"ד צום מצוה-טאנץ, איז דער בדחנא דמלכה הרב בנציון ברעכער ארויף על הדוכן אויפרופנדיג צוערשט דעם זיידן האדמו"ר מספינקא ירושלים, און דערנאך דער רבי פון קיימישא, וועלכער האט זיך מטריח געווען צו באשיינען די חתונה פון אן אייניקל, אינאיינעם מיט'ן ציבור חסידים. אינמיטן די גראמען איז דער עלטער-זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ צוריק ערשינען צו די שמחה, און מיטגעהאלטן די מצווה טאנץ פון ש"ב ומחותנו דער רבי פון קיימישא.


דער קיימישא רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לפני הכלה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער ריקוד מיט'ן ברודער דער רבי פון בית שמש.


דערנאך האט מען אויסגערופן דעם רבי'ן פון בית שמש, וועלכער האט נאכ'ן טאנצן לפני הכלה און מיט די משפחת המלוכה, זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נרגש מיט'ן סגל חבורה, די דריי משמשים בקודש ביים פאטער דער תורת מרדכי, הרה"ח ר' בנימין ווערצבערגער, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן אחיו בעל אור שלום מוויזניץ, און הרה"ח ר' יעקב אהרן ווערצבערגער הי"ו.


צום הויכפונקט האט דער בדחנא דמלכא אויפגערופן דעם גרויסן עלטער זיידן מרן אדמו"ר מוויזניץ מיט גאר ווארעמע דברי חרוזים, און מאריך געווען איבער די חיזוק און חיות וואס דער רבי שיינט אריין פאר גאנץ כלל ישראל אין זיינע שווערע מצבים ווען ער גייט אן מיט אזא הימלישע גייסט פון אמונה אז "יש בורא עולם, זייענדיג מעורר דעם ציבור צו אינזין האבן פאר'ן רבי'נס געזונט, און דעמאלט וועט מען די גאנצע וועלט איינזען אז "יש בורא עולם".


איידער דער רבי איז צוגעטרעטן צו די עבודת הקודש פון מצות הריקודין, איז געווען אן איבערראשונג צו הערן קולו בקודש פונעם זיידן דער רבי פון קיימישא, וועלכער האט מעורר געווען דעם ציבור צו מתפלל זיין פאר'ן רבי'ן אין די דאזיגע שעת רחמים ועת רצון, און מ'האט שוין געזען אזוי סאך מאל געזען דעם כח התפלה וואס העלפט למעלה מן הטבע, קעגן אלע שאצונגען פון דאקטוירים.


דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין הייליגע טענץ, על מקום קדשו, זיצנדיג אויפ'ן ספעציעלן שטוהל, האט דער רבי אריינגעקאכט מיט א פלאם פייער ועוז וחדוה וואס האט אריינגעשלעפט דעם ציבור אין עקסטאזליכע טענץ, וינועו אמות הסיפים.


דערנאך האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין אן עקסטערע טאנץ מיט ביידע רבי'נס האחים האדמורי"ם, און דערנאך מיט אלע קינדער און אייניקלעך און אלע צאצאי ראש בית אב דער ישועות משה. מען האט דאן ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ פון די צוויי מחותנים און דערמיט האט זיך פארענדיגט די געהויבענע חתונה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג אין די גאנצע חסיד'ישע וועלט, ובפרט ביי די טויזנטער חסידים וואס האבן דאס זוכה געווען מיטצולעבן.





bottom of page